Original scan
Original memorial-book scan 100
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1042

די פארוואלטונג פון סוחרים פאריין אין יאר 1937. עם זיצן פון רעכטס: ב. גאלדסאבעל, מ. גערטנער, מ. לעווין, פרעזעס ל. רובינליכט, י. גאלדפעלד, ש. קראקאווסקי, מ. גרונדמאן. עם שטייען פון רעכטס: א. גיטלער, ב. רעמבישעבסקי, . ש. פרידלער, ק. קאפלאוויטש, ש. ליווער, ם. אונגער, סראווער באאמטער מ. גאלה א. י. סאנדזער (אלע ביידע אין ישראל) אין סעקרעטאר אייזענבערג. ועד אגודת הסוחרים בשנת 1937. דידאטן אין דער קאמונאלער פארוואלטונג. א לאנגע צייט איז דער פארזיצער פון סוחרים פאריין ל. רובינליכט געווען וויצע פרעזי* דענט פון אונדזער שטאט און ביים היינטיקן טאג איז ער לאווניק אין היגן מאגיסטראט. ווען ס׳איז אנטשטאנען די האנדלס־קאמער אין סאסנאוויץ, האט דער פאריין דארט אחין דעלעגיי־ט זיין פארזיצער, וועלכער איז ביזן היינטיקן טאג ראטמאן פון דער דאזיקער אינסטיטוציע, אחוץ דעם, איז רובינליכט אויך האנדלם־ריכטער. א דאגק די באמיונגען פון פאריין זענען פיל פון זיינע מיטגלי־ דער אויסגעוויילט געווארן אלם לאווניקעס אין ארבעטס־געריכט. אין

passage_5364535df0ad727ccb7dfcf3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1044-2106

דער דאזיקער אינסטאנץ, וואס געפינט זיך ביי ם קרייזגעריכט זענען צווישן אנדערע אויך פארטרעטן מארקום גערטנער און אלפרעד שווארצבוים. אין דער רעקורסן קאמיסיע ביי דער "איזבא סקארבאווא" (שטייער־קאמער) אין קיעלץ איז פארטרעטן מ. גאלה במשד פון א לענגערע צייט זענען די פארוואלטונגס־מיטגלידער: מיכאל לעווין, משולם ליווערס און ק. קאפלאוויטש געווען דעלעגירט אין דער שאצונגס־קאמיסיע ביים בענדער שטייער־אמט. דער סוחרים פאריין שטייט אויף דער יואו פון די אינטערעסן פוגם יידישן סוחרטום און אינטערווענירט שטענדיק אין אלע מלאכהשע און קאמונאלע אינסטאנצן לטובת זיינע מיטגלידער. דער קליינהענדלער פאריין אין יאר 1924 איז אין אונזער שטאט רייף געווארן דער געדאנק צו ארגאניזירן די יידישע קליינהענדלער, וועלכע האבן נישט קיין שום שייכות מיט דעם קלאס גרויסע סוחרים און הורטאווניקעס, וועמענם אינטערעסן ע ם זענען אפט קעגנגעזעצטע. דאס איז געשען נאר דעם גרויסן נצחון, וועלכן ס׳האט אפגעהאלטן דער דעמאלסטיקער קליינבירגערלעכער וואל־קאמיטעט בעת די קהלה־וואלן.

passage_e31361d357cf0ff02a4d884b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2108-3055

מיט דער גרינדונג פון דער היגער אפטיילונג פונעם צענטראַלן קליינהענדלער פארבאנד אין פוילן, האט זי פארנומען א קליינע גרופע מענטשן, א דאנק וועמענס אויסדויער און ענערגיע ס׳איז געלונגען צו שאפן יענע אינסטיטוציע, וואס איז געווארן דער וועג * ווייזער און פארטיידיקער פון די ספעציפיש יידישע אינטערעסן פונעם יידישן דעטאל־סוחר און קליינדענדלער. דעם 15־טן פעברואר איז אין אייגענעם לאקאל, אויף מאדזשע־ ווער גאם 37, פארגעקומען די אלגעמיינע גרינדונגם־פארזאמלונג, ווו ס׳האט אנטיילגענומען א עול ם פון 280 פערזאן. אויף דער פאר־ זאמלונג זענען געווען אנוועזנדיק: דער פארזיצער פון דער צענטרא־ לע, קרים, דער מיטגליד פון צ. ק. ח. וויינשטאק, סיים־דעפוטאט ד״ר ש. וויינציהער און דער פארזיצער פון טשענסטאכאווער קליינהעב * דלער פאריין ניעמיראווסקי. אין דער ערשטער פארוואלטונג זענען געוויילט געווארן יעקב ערליד, יוסף שווייצער, אברהם לידזבארסקי, נסע לאנדנער, זיסקינד - % -

passage_f4ee48852048a5256afddb72