זי זאל אליין קוילענען די עופות, פארשפארנדיק צו באצאלן דעם שוחט שחיטת־געלט... זי האט נישט געקענט גובר זיין דעם סטראַ אחרא, זיך געלאזט טאקע אנרעדן פונעם יצר־הרע, און אליין געקוילעט דאס געפליגעל און גורם געווען, אז אפגעדזיטענע פרומע יידן זאלן נכשל ווערן, רחמנא לצלן. דער סוד האט אבער לאנג נישט אנגעהאלטן. אין א איינעם א טאג האט זיך עמיצער דערוווסט פון דער מעשה, און די ידיעה האט זיך תיכף פארשפרייט איבער דער שטאט, וואס איז געווארן שטארק בא־אומדויקט און אויפגעציטערט פארן שטראף פון בורא העולם. ס׳איז געווארן א טומל, א געשריי אין לשון ואי״ן לספר. עפעס א קלייניקייט: אז א חטא איז געווארן אפגעטאן, וואם מען געדענקט דאס נישט פון אדם הראשון׳ס צייטן... איז מען געלאפן צום רב זיך די רביצין דבורה גרויבארט. הרבנית דבורה גרויברט. מיט אים אן עצה האלטן, ווי אזוי מכפר צו זיין די אפגעטוענע חטאים שלא במזיד... אבער די יידענע האט אלץ פארלייקנט און נישט געפונען אויף זיך קיין שום שולד, ווייל זי איז דאך פון תמיד אן אפגעהיטענע גאטספארכטיקע יידישע נשמה... ווען די יידענע איז געקומען צום רב איז ער גראַד געוועזן פאר־
טאן אין א שיעור מיט זיינע תלמידים, בעת וועלכן ער האט קיין מאל נישט אויפגענומען אידן מיט "שאלות" און נישט געפסקנט דינים. האט זי אויפגענומען די רב׳צין, און ווי געוויינלעך יעדן איינעם בסבר פנים יפות, געבעטן זי זיצן און אפווארטן געדולדיק ביז דער רב וועט זיך באפרייען פון די לימודים. די בארעדעוודיקע יידענע האט נישט געקענט רואיק איינזיצן, אויסגעגלאצט אויף דער רב׳צין א פאר אויגן. געפרוווט זיך פאר־ טיידיקן מיט כל מיני הייליקסטע שבועות, אנגעברייעט מיט א מין מענה־לשון, און געשאלטן פיט קולי־קולות דיעניקע וואס האבן אויס־ געטראכט אויף איר, נעבעך, אז א בלבול, של א היה ולא נברא.. . האט די רב־צין געדולדיק אויסגעהערט אירע אלע רייד. און צום סוף אזוי געזאגט: "מילא, אז איר האט אליין געשאכטן די גענז, קאטשקעס און היגער איז עס באמת א האלב ע זינד. אבער פיל גרעמער איז די עבירה, וואס איר זענט באגאנגען, קוילענדיק די עופות מיט א מילכיק מעסעד•׳... הערענדיק אז א ארגומענטאציע איז די זינדיקע יידענע אויפגע־ * שפרונגען, ווי אן אפגעבריטע מיט א פאטעלניע קאכעדיק אייל, און אויסגערופן: "כ׳זאל אזוי לעבן מיט מיינע קינדער צוגלייך, טייערע רב׳צין, אז כ׳האב זיך באנוצט שטענדיק מיט א פליישיק מעסער... " *
1914. די ערשטע וועלט־מלחמה איז אויסגעבראכן. א מורא און שרעק איז אויסגעגאסן אויף אלעמענס פנימער, דעם ווער ווייס, וואס דער מארגן וועט ברענגען. מיר, חדר־יינגלעך, האבן נישט געקענט תופס זיין די סיבה פון דעם אומרו און טרויער, וואס האבן יעדן באהערשט. אדרבא, א שמחה, ווייל כ׳בין געווען באפרייט פון עול צו לערנען, א נס וואס פארלויפט זיך אמאל אין א יובל... איך געדענק ווי אזוי דאס רוסישע מיליטער האט אפגעצויגן פון שטאט. עס האט געהערשט א תוהדובוהו. מען איז איבערפאלן רע־ גירונגס־אמטן, שפייכלערם, קאזארמעס, כאפענדיק אלץ, וואס ס׳איז געקומען אונטער דער האנט. איך מיט נאך שכנות׳דיקע יינגלעך זענען ארומגעלאפן איבער די גאסן, אזש ביז צו דער באן־סטאציע, ווו עס זע־ נען געווען אויפגעפראלט די קאסעס אץ באן־בילעטן האבן זיך געוואל־ גערט. כ׳האב אנגעפילט די קעשענעס און אוועק אהיים א פריילעכער, גלויבענדיק מיט תמימות, אז איצט, פארמאגנדיק אזא אוצר, וועל איך קענען ארומרייזן בחנם איבער דער גאנצער וועלט מיט דער "קאלע" (באן).
מיינע עלטערן האבן דאמאלס געוווינט אין א דריי־שטאקיקן הויז אין א געסעל, וואס האט סך־הכל געציילט אויף ביידע זייטן טראטוארן, זעקס הייזער. די בעל־הביתטע פון אונזער הויז איז געווען א גויה, וואס פלעגט אונז תמי ד פארווארפן אז מיר יידן, זענען שולדיק אינ׳ם אומברענגען פון דעם קריסטלעכן משיח. ווען די דייטשן זענען אריין אין שטאט, זענען מיר ארויף אויף דעם בוידעם און פון דאנען געקוקט מיט א.,שפאקטיוו" (לארנעטע) אויף דעם טשעלא־ דזער בארג, וואס איז געווען באלאגערט מיט מיליטער, מארשירנדיק קיין אויבערשלעזיע. כ׳געדענק דעם פארפאסטן, וואס האט געריטן אויף פערד מיט לאנגע שטאלענע פיקעס באצירט מיט נאציאנאלע פעג־ דלעך, פרעגענדיק: ״זינד נאד קאזאקן און רוסן דאז״ — נאכן פארפאסטן איז געגאנגען די דאוואלעריע, ארטילעריע, גאגצע פאלקן פיסגייער און א ן שיעור וואגנס באדעק ט מי ט ברעזענט, ווייל אטא־ מאבילן זענען געווען דאמאלסט טא יקר־המציאות און פערד ווידער — א גאנצער יחוס. די יידישע באפעלקערונג האט זיך צוטיילט אויף צוויי לאגערן: איינער האט געהאלטן פאר ץ דייטשן קייזער ווילהעלם, און דער צוויי־ טער צ ד איז געווען פאר "פאניעך (רוסלאנד).
אין יענ ע יארן, א ז מע ן הא ט זי ך גענויטיק ט אי ן בענדי ן אי ן א גוטן דאקטאר, הא ט מע ן געדארפ ט פאר ן קיי ן פרייסן, קיי ן ברעסלוי, וואס אי ז געווע ן באקאנ ט מי ט דע ם "יידיש ן האספיטאל". אוי ך אי ך הא ב זיד געהייל ט אי ן קאטאווי ץ צולי ב דע ם ווא ס אי ן אונזע ר געגנ ט ביז קראקע, ווא ם הא ט געהער ט צ ו ״קירה ״ (עסטרייך), — זענע ן נישט געווע ן בנמצ א קיי ן ספעציאליסט ן פא ר אויערן־נאז־או ן האלד ז קראנקהייטן. ד י זי ן פו ן מיי ן פעטע ר ר ׳ יאנקע ל פרידלע ר ז״ ל פו ן - 130