Original scan
Original memorial-book scan 147
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-955

אנגעחויכם געווארן מיט׳ן נאציאנאלן גייסט און פארכאפט מיט אץ־ייען. די אפקלאנגן פון די רעוואלוציעס און פון די פאגראמען קעגן יידן אץ אוקראינע האבן אויפגעברויזט, דערשיטערט און האסטיקער אויפגערודערט מיט אן אומרואיקייט די יוגנט־הערצער, זיי באיע* פלוסט און דערהויבן. אויך די שאפונגען פון יידישע דיכטער, די פאעטישע אגדייטונג אץ וועלכע עס האט געשלאגן דער אייביקער יידישער שמערץ און תוכחה — אויך דאם איז נישט געווען אומזיסט און נישט געפאלן אויף טויבע אויערן. זין און טעכטער פון ישראל־סבא האבן זיך געריסן קיץ ארץ־ישראל, ווי כוואליעס, וואס באגיסן יבשות און גראבן אונטער ברעגן. קומענדיק אין סוסט׳ן לאנד האבן זיי זיך בא־ האפטן מיט דער ערד, מיט א יוגנטלעכן ברען, מיט אזא היציקער תאווה זי צו באפרוכפערן, זי אויפצולעבן פון איר וויסטקייט. שוועד זענען געווען מנחמ׳קהם געבורטסווייען אין דער ארבעט, אין שווער ן קלימאט פון ארץ־ישראל, אין פוסט׳ן דארנדיקן באח.

passage_b11947fd6e19ae8356004cd7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 957-2302

קומעגדיק אין לאגדה האט טען אים געשיקט אויפן שאסיי^ארכע ט אין עמק־הירדן, וואס האט זיך אים אויסגעדאכט, צוליב דער גליענדיקער היץ, אז ער איז אריינגעפאלן אין עפעם א קאלך־אויוון. אויך דער "ברחש", אזא מין פליג, וואס פילט אויס דעם גאנצן חלל פון דער וועלט בעת דעם שניידן די תבואה פון די פעלדער, איז אים גוט דערגאנגען דאס לעבן, געזשומעט אין די אויערן, אריינגעדרונגען אץ די נאז־לעכער און אויגן, געביסן און געמוטשעט. ממש גערירט צו ווערן פון זינען. וואונדן, בלאטערס און פארשידנארטיקסטע פיזישע ווייטיקן האבן אים אפגעשוואכט, נישט זייענדיק ביכולת צו טון יעטוועדע ארבעט. ער האט זיך לאנג געראנגל פארץ קיום. אין פיל עקשנות׳דיקן כוח האט ער זיך גענויטיקט, כדי גובר צו זיין די ערשטע יסורים, די חבלי־קליטה, וואט ער האט גענומען פארליב, זיי בייגעקומען אץ זיך טאקע איינגעגלידערט אין דער מאמע־ערד.. . (איבערזעצט דורך מ. האמפעל) •עקב קענעי־ / מיץ ערשטע אנסלעגאלע נסיעה פ1ן קראקע קיץ בענדץ אץ יאר 1905' זומערדיקן טאג פון יאר 1905, ווען כ׳בץ געזעסן ביי מיין 1% ארבעט אלם סעקרעטאר פון עסטרייכישן פועלי־ציון־פארבאנד, אין דער קאנצעלאריע פון האנדלם־אנגעשטעלטן פאריין "אחדות" אין קראקע, אויפן דיטל גאס 56, איז אריינגעקומען א פרעמדער יוב־ גערמאן און זיך פארגעשטעלט אלם פועלי ציון חבר פון קאנגרעם־ פוילן.

passage_683028900a6a26fd14de7a6f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2304-3179

אינ׳ם שמועם וואס עם האט זיך צווישן אונז אנטוויקלט, בין איך געוו1י ר געווארן, אז דער גאסט פון קאנגרעס־פוילן הייסט יהודה לייב פיינער, אז ער איז א בענדיגער און אז ער איז געקומען קיין קראקע צו א דאקטער אין צוזאמענהאנג מיט זיין געזונט־צושטאנד. מיר האבן זיך קעגנזייטיק אינפארמירט וועגן די פארהעלטענישן אין דער רוסלענדישער און אין דער עסטרייכישער פועלי־ציון פארטיי. איינע פון די ערשטע עיקרדיקע פראגן, וואס האבן ח׳ פיינער ן איב־ סערעסירט צו וויסן, איז געווען: ווי אזוי מיר, די עסטרייכישע פועלי־ציץ, נעמען־אויף דעם פאלעסטיניזם? צי מיר זענען "פראג־ נאסיסטישע פאלעסטינצעס", ווי עס זיינען די מערהייט פון די רום־ לענדישע פועלי־ציון, צי אפשר "פראקטישע פאלעסטינצעם", בעת דער פוילישער פארבאנד איז — לויט דער אינפארמאציע פון חבר פיינער — געשטאנען אויפן באדן פון פרינציפיעלן פאלעסטיניזם.

passage_855989df2047cf367638d1ef
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3181-4508

איד האב איך אינפארמירט, אז אין דער עסטרייכישער פארטיי איז בנוגע דער דאזיקער פראגע נישט א קיין איינהייטלעכער שטעלונג, אץ פאקטיש איז עס טאקע אזוי געווען. דער רוב זיינע ן געווען פרינציפיעלע פאלעסטינצעם, ס׳זענען אבער אויך געווען א היפש ביסל "פראקטישע" און "פראגנאסיסטישע פאלעסטינצעס", און עס זענען אויך געווען א סך אזעלכע, ביי וועלכע דער צוגאנג, ווי אזוי אץ צוליב וואס מיר קומען צום פאלעסטיניזם, איז זיי געווען פול - *) פון בוך ,קווערשניט", ניו־יארק, 1947 . שטענדיק גלייכגילטיק. דער עיקר איז פאר זיי געווען דער אויספיר גופא, אז מיר זיינע ן פאלעסטינצעס אן שום דריידלעך.. . הגם איך האב זי פארן חבר פיינער דעקלא רירט אלס פראגנא ־ סיסטישער פאלעסטיניעץ, האט דאם אים פונדעסטוועגן נישט געשטערט מיד איינצולאדן קיץ בענדי ן אויפ א רעפעראט. ערשטנס, האט ער געוואלט, זאלן זיך די בענדינער חברים באקענען מיט א פועלי־ציוניסט פון דער עסטדייכישער פארטיי. צווייטנם, האט ער געהאלטן, וועט א פראגנאסיסטישע באגרינדונג פונעם פאלעסטיניזם — קענען שטאר ־ קער צעקלאפן די ם. ס. (ציוניסטן־טעריטאריאליסטן), וועלכע זענען צ יענער צייט נאך געווען גאר שטארק אין גאנצן זאגלעמביע ר געגנט . קורץ פארזיין צוריקפארן אהיים האבן מיר אפגעשמועסט, ווען איד דארף קומען קיין בענדי ן און ווי־אזוי איך דארף זיך צו אים דערפרעגן.

passage_f714b407e6007fdfa68c5102
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4510-5435

כדי דורכצופארן די גרענעץ, האט מען געדארפט האבן אן אויס־ לענדישן פאס, אדער, לכל הפחות, אזא קורצטערמיניקן פאסירשיץ, וועלכן ס׳האט געקענט באקומען יעדער געשעפטסמאן אויף א משך פון 8 טעג. איך האב אבער אזא פאסירשיין נישט געקענט באקומען, ווייל מיין שייכות צו דער עסטרייכישער ארמיי איז נאד דעמאלט נישט געווען "רעגולירט"... קיין שום פארברעך לגבי דער ארמיי בין איך, חלילה, נישט באגאנגען, נאר איך האב פשוט נישט געהאט קיץ צייט זיך צוצושטעלן צום פאבאר, און דערפאר בין איך נישט געווען אין ארדנונג מיט מיינע דאקומענטן. א גאנץ יאר האט דאס מיר גארניט געשטערט, און מיינע נסיעות איבער אלע עסטרייכישע פראווינצן, אבער ארויסבאקומען א פאסירשיץ אויף עטליכע טעג קיץ קאנגרעס־פוילן, האב איך צוליב דעם נישט געקענט. אין נויט ווערן אבער געבוירן גוטע "איינפאלך, און איך האב זיך געווענדעט צום חבר יידל נוסבוים (בשעתו א טוער פון אונזער - 143

passage_8f6e95e47105ba1b088414bf