די צייט איז נישט קיין נארמאלע עתא אז די אנטשיידונג וועם שוין קומען פת זיך זעלבסט... די נבואה זיינע איז באמת מקויים געווארן: די אנטשיידונג איז געקומען פון זיך זעלבסט, א קורצע צייט שפעטער, מיטן חורבן פון דער שטאט, וואס נויטיקט זיך שוין מער נישט אין קיין רב... (די רעד.) אויף דער טאג־ארדנונג פון דער בענדינער קהילה שטייט די פראגע פון רבנות־וואלן. ס׳איז קיין נפקא מינא נישט, ווען און דורך וועמען די פראגע וועט געלייזט ווערן. ס׳איז א פאקט, אז אזא פראבלעם עקזיסטירט און איז אוועקגעשטעלט געווארן אין זייער גאנצן צער שארף אויפן פארום פון אונזער קהילה־לעבן. די פרעטענדענטן אץ רעפליקטאנטן אויף פרנסהיידיקע עקזיסטענץ־ שטעלעס האבן אנגעהויבן אויך צושטייער צו געבן זייער פערזענלעכן אנטייל אין דעם קאמף, קעגן וואס מיר זענען געצווונגען שארף ארויס־ טרעטן. דער ביטערער רבנות־קאמף אין סאסנאוויץ האט שוין אונז נישט ווייניק צרות אנגעטאן, דאם לעבן פארביטערט און אונזער פנים פאר־ שווארצט. ענלעכע קערנער זענען שוין געווארפן געווארן אויפן בענדינער באדן, ווו די ערשטע זאמען וועלן זיך מן הסתם באלד אנהויבן אויסצופיקן און ארויסצושפראצן.
מיר טארן נישט פארגעסן, און זאלן אנדערע אויך נישט זיין גאאיוו און מיינען, אז אויב ס׳וועט וועמען געלונגען אדורכצופארסירן זיין קאנדידאט, וועט די פראגע דערמיט אנטגילטיק געלייזט ווערן. דער בעזיגטער און בע׳עולה׳טער צד וועט קיינמאל נישט מוותר זיין אויף זיין פארלעצט כבוד, און עס איז פארהאן א יסוד צו דערווארטן, אז דאס אמתע פייער פון מחלוקת וועט זיך ערשט דאמאלס רעכט צופלאקערן. די לעצטע געשיכטע פון רבנות־וואלן אין אסך שטעט פון לאנד קען ריכטיק־שטעלן מיט בעווייז אונזער השערה. ווי איז, אלזא, דער אויסוועג און וואס איז די עצה, אז מיר זאלן עפעס ענלעכס פערשפארן און אויסמיידן? לעבט זיך דען אונז ווירקלעך אזוי גוט, אז מיר זאלן קענען אונזער ענערגיע פטרן אויף אזעלכע קאמפנל צו דארפן מיר נאך מיט אייגענע הענט טרייבן זעלבסטפארניכטונג ז.. .
רעדנדיק וועג ןדער אנגעווייטאקטער רבנות־פראג ע ביי אונז אין שטאט, מוזן מיר שטארק אכט נעמען פאקטן, וועלכע מיר זענען נישט אימשטאנד זיי צו פערלייקענען אדער באזייטיקן. קוד ם בל: מיר קענען אין אונזערע האנדלונגען נישט זיין אייגזייטיק, און ס׳איז די מאראלישע פליכט פון דער קהילה־לייטונג, אז זי זאל קיין שום צד נישט איגנארירן און עקספלאאטירן. זי מוז אירע מעשים אזוי ריכטן, אז זיי זאלן קענען צופרידנשטעלן אלע באפעלקערונגם־טיילן. די קהי־ לה־אינסטאנץ קען נישט זיין איינזייטיק און שטרענג פארטייאיש, באשר. אירע טאט־לייסטונגען וועלן נישט אקצעפטירט ווערן דורך די קעג־ נערישע טיילן פון דער באפעלקערונג אין וועמענס אויגן זי וועט פארלירן דעם צוטרוי און אויטאריטעט. ווו איז דער אויסוועג יאויף וואם פאר אן אופן איז מעגלעך צופרידענצושטעלן מיטאמאל אלע טיילן פון דער שטאט־באפעלקע־ רונג? מיר וועלן יעצט אפשאצן וועלכער צד האט מער כוח. איין צד ווערט רעפרעזענטירט דורך דער רעליגיעזער־גאציאנאלער פארטיי ■"מזרחי", און דער צווייטער צד באשטייט פון, גערער חסידים. צווישן זיי ביידע בילדן די "אומפארטייאישע חסידים" א גאנץ באזונדערן דריטן פליגל.
מיר מוזן זיך רעכענען מיט עקזיסטירנדיקע פאקטן, אז די צוויי הויפט־צדדים האבן שוין ארויסגערוקט ווייטגייענדיקע קאנקרעטע פלע־ נער, ווי אזוי צו לייזן די אנגעווייטיקטע רבנות־פראגע ביי אונז אין שטאט, איינלאדנדיק צוויי קאנדידאטן; און א פאקט איז, אז ביידע רבנים־קאנדידאטן ווילן שוין לאנג אויפן ארט, און אדום איינעם גרופירט זיך דער תבמנין ובנין פון דער שטאט, וועלכער האט שוין, למען האמת, ווייט אריבערגעוואקסן די גרענעצן פון זיינע פארטיי־ חברים. איגנארירן ווידער גענצליך דעם צווייטן צד, הגם ער באזיצט נישט אזא מאראלישע קראפט, קען מען אויך נישט, ווייל דאן לאזט מען זיך אויף א זיכערן וועג פון שווערע פארטיי־קריגערייען. מען מוז דאך, אלזא, ביידע צדדים צופרידענשטעלן, און ווי אזוי מאכט מען דאס די קהילה־לייטונג איז מחויב צו רעקאנסטרואירן דעם רבנים־ קאמיטעט אזוי, אז ער זאל ווירקלעך אנטשפרעכן די באדערפענישן און אינטערעסן פון דער שטאט, און אז זיין אנזען זאל באקרעפטיקט ווערן דורך אלע טיילן און שאטירונגען פון דער שטאט.
לויט אונזער מיינונג וועט אז א ראבינאט באקומען זיין אמתע אויטאריטעט, ווען מ׳וועט צו אים צוקאאפטרירן די רבנים פון גרייעווע און קאזשעגלאוו. דער נאציאנאלער לאגער מיט די ברייטע פאלקס־ מאסן וועלן דארט האבן זייער רב גראסמאן, די אומפארטייאישע חסידים — דעם קאזשפגלאווער רב און די גערער חסידים וועט גאר קיין עוולה נישט געטון ווערן. צוזאמען וועט דאס זיין א פאסענדיקער בי״ד, וואס וועט פארדינען דעם צוטרוי פון אלעמען. וואס טוט מען דערווייל מיט דער פראגע פון א רב? לויט אונזער מ־יגונג מוז מען אין דער היינטיקער צייט אויסמיידן ברידער־מחלוקת א! אומזיכטע קאמפן, און ס׳איז כדאי מוותר צו זיין אויפן כבוד פון א רב נאך א פאר יאר, ווען די צייט וועט זיך נארמאליזירן. די אנט־ שיידוגג וועט שוין דאן קומען פון זיך זעלבסט... זאל ווערענד דער צייט פארלויפיק הרב כ מיי דעס פון קאטאוויץ פארטרעטן אונזער קהילה אלם "קאזיאנער ראבינער". יא, דאס איז אונזער פארשלאג, ווען מיר פארטרעטן דעם ערלעכן אומפארטייאישן שטאנדפוגקט, ווייל פאר אונז זענען אין יעצטיקן מאמענט וויבטיק די פאלגענדיקע צוויי פראגן: א בי״ד חשוב און שלום! בן־איש, (רעדאקטאר ש. לעווקאורטש, בךאמ1ץ) "זאגלעמביער לעבך, נומער 18, פון 12.9.1938 * א ווארט צו די שטאט־ראט וואלן!אין כענדין, 1939
לויט די קורסירענדיקע קלאנגן גרייט זיך גאר שטארק די קריסטן, ספעציעל די "ענדעקעס", צו עראבערן דעם שטאט־ראט אין די נאענטסטע וואלן. האבנדיק א גרעסערע פארטרעטערשאפט אין שטאט ראט וועלן די "ענדעקעס", ווי זייער שטייגער איז, אנוועגן כלערליי מיטלן, כדי אונז, יידן, אפשוואכן אויפן ווירטשאפטלעכן געביט. אין איינקלאנג מיט דעם מוזן מיר יידן אנשטרענגען אלע כוחות, כדי צו שאפן א ן איינהייטלעכן פראנט. אלע רייבונגען און רייסענישן און פערזענלעכע אמביציעס מוזן באזייטיקט ווערן, אין קעגנפאל דראט אונז א סכנה, אז די יידישע פארשטייערשאפט אין שטאט־ראט וועט זיין א קלייגע, א נישטיקע. מיר מוזן שוין באצייטנס זארגן וועגן א פאראייגהייטליכונג פון דער יידישער יויילערשאפט. דאס איז ביי אונז יידן א שווערע זאך, אבער די געזונטע לאגיק, דאם יידישע געוויסן און הארץ דיקטירט אזוי. עס דאו ף געווארפן ווערן איין איינציקע לאזונג — אחדות! עס איז שוין די העכסטע צייט, אז אונזערע פארשידענע כלל־טוערים און פאליטיקער פון אלע ריכטונגען זאלן פארשטיין, אז נאר אין איינהייט ליגט אונזער כוח. אין קעגנפאל זענען מיר עתיד ליתן את הדין. מיר מוזן אויך וויסן וועמען מיר האבן בדעה צו שיקן אין שטאט־ - 161