ם. צאני ! / זאגלעמביער קהיל1 תאי ן אומדו ם ** ודיש ן ד י קוילן־שאכטן, אייזךגיסערייע ן או ן הויכ ע פאבריק - קוימענם אי ן דאמבראווע ר באסיי ן הא ט זי ך געפונע ן א צענדלי ק ריינע יידיש ע קהילות, וו ו דא ם יידיש ע לעב ן אי ז געוואקס ן מי ט דע ר אנטוויקלונג פון, דע ר שווערע ר אינדוסטרי ע אי ן ד י שטע ט פיו ן אויבערשלעזיע. אין שכנו ת פו ן ד י גרויס ע פאבריק ן אי ז אויסגעוואקס ן א יידיש ע לייכטע אינדוסטריע, ווא ס הא ט פראדוציר ט מלבושי ם או ן וועש, זאקן, שיך, פאראסאל ן או ן טריקאטאזש. אי ן סאסנאוויץ, וו י אי ן בעגדי ן זענען שטאר ק געווע ן ד י יידיש ע פאזיציע ס אי ן דע ר ווירטשאפט, יידישע דאקטוירים, אדוואקאטן, לערער, גייסטיק ע ארבעטער. פופ ־ ציק פראצענ ט פו ן דע ר יידישע ר באפעלקערונ ג זענע ן געווע ן אר * בעטער או ן האנטווערקער. אין ד י דאזיק ע שטעט, ווא ט צולי ב זייע ר נאענטקיי ט צ ו אייג ־ אנדער מאכ ן זי י אייגנטלע ך דע ם איינדרו ק פו ן א ריזיק ן צעווארפע ־ נעם כרד, אי ן וועלכ ן ע ם האב ן געלעב ט העכע ר זעכצי ק טויזנ ט ייד ן (1 ד י רעד. ) — אי ז דא ם יידיש ע לעב ן געווע ן נא ד רעשיקע ר נא ך ווולקאנישער, וו י אי ן אנדער ע יידיש ע שטעט. בענדין או ן סאסנאווי ץ האב ן דע ר יידישע ר ליטעראטו ר געגעב ן עטלעכע טאלאנטפול ע שריפטשטעלער, צוויש ן זי י מאק ס עריק, עסייאיסט או ן היסטאריקע ר פו ן מערב־אייראפעאיש ן סטיל. ערי ק איז אומגעקומע ן אי ן ראטן־רוסלאנד.
ויען איז בין איצט געקומען קיין סאסנאוויץ, בענדי ן און קא־ טאוויץ און מען האט מיר געוויזן אין וואספאר־א בנינים עם האבן זיך געפונען די יידישע געזעלשאפטלעכע און צדקדדאינסטיטוציעס, האט זי רוים געגלויבט, אז דאס איזווען עס איז ווירקלעכקייט געווען. יידישע •שולן, שפיטעלער, קינדער־היימען, קלובן, מושב־ זקנים און אלץ מיט אזא רחבות און פארנעם, ווי די יידן וואלטן זיך דא געגרייט אויף אן אייביקייט. אפילו די יידישע פראלעטארישע פארטייען זענען דא געווען באזארגט מיט גוטע לאקאלן, מיט ביב־ ליאטעקן און פאריינען, נישט ערגע ר פון די פוילישע; סאסנאוויץ און בענדי ן זענע ן געווע ן פעסטונגע ן פו ן פראלעטארישע־סאציא - ליסטישע באוועגונגען מיט א גרויסן חלוצישן עלעמענט, וואס האט אין די געטאס געשאפן און אנגעפירט די אונטערערדישע באוועגונג. דער דאזיקער יידישער רוישיקער באסיין איז פאקטיש חרוב געווארן מיטן מאמענט, ווען די דייטשע ארמיי האט פארנומען דעם סוי׳לישע אויבערשלעזיע. קיין סאסנאוויץ זענען די דייטשן אריין דעם פערטן טאג נאך אויסברוך פון דער מלחמה, דעם 4־טן סעפטעמבער 1939. אין דעם טאג האבן יידן געגעבן די ערשטע בלוט־קרבנות און זיי האבן שוין מער נישט אויפגעהערט צו געבן קרבנות ביז דעם גארן אומקום פון דער סאסנאוויצער און בענדינער קהילה.
דעם צווייטן טאג נאד זייער אריינקומען האבן די דייטשן דורכ־ געפירט די ערשטע "אקציע" פון אפגאלן די יידן די קעפ, כדי מען זאל זיי דערקענען אין די גאסן. מיט עטליכע טעג שפעטער האבן זיי אונטערגעצונדן די שולן. די טעגלעכע צעשיסונגען און דאס טרייבן די יידן איבער די גאסן האט באלד אין די ערשטע טעג מאראליש דערשלאגן די יידן. אין דער בהלה זענען פון דאנען אנט- יא קיצור פונעם קאפיטל "סאסנאוויץ—בענדין—קאטאוויץ" פון בוך "איבער שטיין און שטאק" פון מ. צאנין, פארלאג "לעצטע נייעס", תל־אביב, 1952. לאפן די יידן, וועלכע זענען געקומען אהער פון מיעכאוו, וואלבראם און אלקוש. א גרויסער טייל פון דער יוגנט איז אנטלאפן אויף מזרח, צו דעם סאוויעטישן טייל פון פוילן. די אויסרויבונג פונעם יידישן פארמעגן און דאס אנשליסן די געביטן אינעם דייטשן רייך האבן גענצליך צוגעצויגן דעם שטריק אויפן האלז פון די יידישע קהילות.
דא האבן די דייטשן פון אנהויב קיין געטא נישט געשאפן, אבער דאס נישט זיין אין געטא האט זיך פארוואנדעלט אין א פינצטערער קללה פון כסדרדיקע נגישות און באליידיקונגען. דאס טרייבן מחנות יידן צו דער סאוויעטישער גרענעץ, דאס ארויסווארפן יידישע קיג־ דער פון שולן, די ספעציעלע ערטער פאר יידן אין טראמווייען, דער פארבאט צו קומען אין עפנטלעכע ערטער און צו גיין אין די אווענטן אין גאס, די ספעציעלע שעהן, ווען יידן מעגן קומען אין די אמטן — דאס אלץ איז געווען די פסיכישע צוגרייטונג צום שפע־ טערדיקן טאטאלן מארד פון די יידן אין סאסנאוויץ, בענדי און אין ארומיקע שטעטלעך. איבער די דערשלאגענע יידן איז באשטימט געווארן צו קיניגן דעם טרויעריק־בארימטן מאניעק מערין. מיט זיינע הענט האבן די דייטשן אנגעהויבן פארניכטן די יידן. ער איז געווען דער, וואס האט די דייטשן צוגעשטעלט "סעלעקטירטע טראנספארטף׳ פון יידן קיין אשוויענטשים. צום ערשט די ארעמסטע, די ארבעטלאזע, שפע־ טער יתומים, אלמנות, קראנקע פון שפיטאל, יידן פון אנדערע קהי־ לות. דער גערמאנישער מולך האט געפאדערט מער און מער קרבנות און מערין האט געליפערט צו טויזענט, צו צוויי טויזנט און צען טויזענט. די אויווענס אין אשוויענטשים האבן ברייט צעעפנט די טירן פאר די יידן און מאניעק מערין האט געליפערט פולע צוגן.
ווען אויפן דער פארשטאט פונ סאסנאוויץ — און שראדולא, זע- נען געשאפן געווארן צוויי געטאס פאר די יידן פון סאסנאוויץ און מען גייט איבער אין געטא. עוקרים לגיטו.