אויסצוגן פון א רעדע, געהאלטן אין ראדיא "קול ישראל לעולה" אץ יידיש, ירושלים, ערב תשעה באב תשט״ו, 1955, צום ערשטן יאר־טאג זינט דער אנטהילונג פון דער מצבֿה אויפן בידדהקברות אין נחלת־יצחק לזכר די זאגלעמביער קדושים, דורכ׳ן געוועזענעם סעקרעטאר פון "ארגון יוצאי זאגלעמביע׳ / מרדכי האמפעל. ןיין אר־א־יארן, תשעה־באב, תשי״ד, 1954, האט די זאגלעמביער $₪* לאנדסמאנשאפטן אין ישראל דערפילט א דערהויבענע פליכט צום אנדענק פון די 100־טויזנט אומגעקומענע קרבנות אירע, די דערשטיקטע אין די אוישוויצער גאזקאמערן און פארברענטע אין די קרעמאטאריע־אויווענם, אויפבויענדיק א מאיעסטעטישן מאנו־ מענט, וואס זאל דינען אלס זכר לחורבן פאר זייער אומפערגעסליכן אנדענק, אויפן ביודהחיים אין נחלת־יצחק, נאענט צו די מיליטע־ רישע קברים פון די העלדישע ישראל חיילים, וועלכע זענען געפאלן אין מלחמת השחרור פאר מדינת ישראל. ס׳איז טאקע נישט קיין צופאל, וואס די פרעכטיקע מצבֿה פונעם אונטערגעהאקטן צווייג פון יידישן שטאם אין פוילן שטייט ביי די רייען פון אונזערע זעלנער, באשר אויך זיי, די אויסגעקוילעטע דורך גיפט־שוימיקן נאצישן טייוויל מיליאנען יידן, פארקערפערן אין זיר גבורה, ווייל זיי האבן פונאנדערגעפלאקערט דעם גייסט, געוועקט און געדינט אלס שטוּם קראפט פאר שמידן אונזער קיום און פאר גאולת ישראל.
מיטן טאטאלן און אנטגילטיקן גירוש פון די זאגלעמביעריידן אין די שעכט־הייזער פון אוישוויץ, דעם 1־טן август 1943, איז אפגעמעקט געווארן אויף אייביק דאס זאגלעמביעריידנטום, ווע* מענם נאמען איז דערגאנגען ביז העט־ווייט. גאנץ ווייניקע, אח מעיר ושנים ממשפחה, איז געלונגען זיך צו ראטעווען פון די קאלך־ אויוונם, און די גאר־ווייניק לעבן־פארבליבענע איוב־געפרואוועטע ברי־ דער ווייסן צו דערציילן וועגן די גרויל־מעשים און יסורי־גיהנום אין די טויטן־לאגערן, וואס האבן נישט צו זיך קיין פארגלייך אין אונ* זער ספר־הדמעות. ליינענדיק און צוהערנדיק זיך ווי אזוי דער צורר ישראל האט געשארפט זיין כלי־זין אויסצוקוילענען דעם יידישן פאלק, ווי אזוי מ׳האט אומגעבראכט מיליאנען מענטשן מיט אלע מאדערנע פרא־ ניכטונגם־מיטלען, מיט כל־מיני אמצאות און תחבולות וואס דער שטן־המשחית האט עם עד־היום נאך נישט אויסגעטראכט! ווי אזוי זאגלעמביע, די אלטע ערד־היים, איז פארוואנדלט געווארן אין א גרוילהאפטע חורבה, אונטער וועלכער ס׳איז באגראבן א העראישע יידישע געשיכטע — ווערט פארכאפט דער אטעם אץ ס׳ווערט פאר־ גליווערט דאס בלוט אין די אדערן.
איינער פון אונזערע זאגלעמביער שרידים, דער מחבר פון די צוויי דערשיטערנדיקע ביכער: "סלמנדרה" און "בית הבובות", ק. צעטניק, וואס האט דורכגעלעבט די מוראות אויף זיין לייב און נשמה, האט געבראכט גלענצנד צום אויסדרוק די אלע שוידערלעכע געשעענישן און זיין אנגעווייטיקטע נשמה אין זיינע קינסטלעריש־דערהויבענע שאפונגען. א הייפל אשפחדי זאגלעמביער קדושים איז ניצל און אםגעהיט און געבראכט געווארן קיץ ישראל (1951) דורך א זאגלעמביער פליט, דוד זיכער, וועלכער איז געווען באשעפטיקט ביי די קרעמאטאריומם, און ממילא 'איז ער געווען אן עד־ראיה פון די גרויזאמע ארגיעם פון די בייזע גייסטער, וועמענם בלוט דורשטיקיים האט זיך קיינמאל נישט געקענט איינשטילן. ער האט אונז דערציילט, ווי־אזוי זיינע הענט האבן געשארט און געזאמלט דאס הייליקע אש אין וועלכן עס געפינט זיך אויך א רעשטל און פראד פון די ביינער פון זיין נאענטסטער משפחה. דאס קעסטעלע־אש האט געהאט די זכי צו קומען צו קבר־ישראל, (תשעה־באב, תשי״ב, 1952) און היות אונזערע קרבנות זענען בכלל נישט געקומען צו קבורה, קען מען אין באצוג אויף זיי זאגן דאס וואס די תורה זאגט וועגן משה ץ — "ולא ידע את קבורתו עד היום הזה".
אויפ׳ן קבר פונעם הייפל אש, האבן מיר אוועקגעשטעלט אויפן אן אנזעוודיקן און צענטראלן פלאץ (תשי״ד—1954) לזכרון עולם א גראנדיעזע מצבה, אחת במינה, אויפן בית־הקברות אין נחלת יצחק, נעבן תל־אביב, וואס וועט דינען ווי א סימבאל, אן אייביק דענקמאל נישט נאד פאר אונזער דור, נאר אויך פאר די קומענדע דורות, וועלכע וועלן נישט פארגעבן און פארגעסן "מה עשה לך עמלק". אויף דער מצבה זענען אויסגעקריצט די נעמען פון די צוועלף פארשניטענע גרעסער און קלענערע קהילות, השם יקום דמן: בענדין, סאסנאוויץ, דאמבראווע, זאמבקאוויץ, פטשעמיעשיץ, מאנדזשעוו, טשןןלאדזש, לאגישע, גאלאנאג, גרויצע, ניווקאץ דאנדוווקע. אויף שווארצן מארמאר איז אויסגעקריצט אין פערזן זייער שלשלת־יחוסין, זייער זכות־אבות, זייער הערלעכער עבר און זייער ביטערער גורל. א גליענדיקער פלאם־פייער, וואס איז אויסגעהאקט אויף דער מצבה, דריקט אויס אין פיר פייערדיקע ווערטער אונזער אלטע אמונה: "לא אמות, כי אחיה"! , "כ׳וועל נישט שטארבן, ווייל כ׳וועל לעבן!״, דער פלאקערדיקער ווילן פונעם אונזער פאלק או) ווידעראויפלעבונג, דעם נר־תמיד און גלויבן אין נצח ישראל, אץ יידישער אייביקייט.
כדי בייצוזיי ן בי י דע ר אנטהילונ ג פו ן דע ם מאנומענט, זענע ן זי ך צענויפגעקומען כמע ט אל ע יוצאי־זאגלעמבי ע פו ן גאנצ ן לאנד. ד י מצבה ווער ט אנטהיל ט מי ט טיפ ן חרדודהקוד ש דורכ ץ ערש ט ניש ט לאנג נפטר־געווארענע ם פארזיצע ר פ ץ דע ר זאגלעמביע ר לאנדם ־ מאנשאפט, הרה״ ג ר ׳ מנח ם האגע ר זצ״ל. ד י אויג ן פארוואלקנ ט מי ט טרירן, ברעכ ן אוי ם דא־און־דאר ט אי ן א יאמערלע ך געוויין. אל ע אינאיינעם זאג ן "קדיש", וויי ל ווע ר הא ט דע ן ניש ט קיי ן חל ק אי ן דעם גרויס ן אומקום, כ י אי ן בית, אש ר אי ן ש ם מת.. . שטייענדיק אזו י בי י דע ר מצב ה מי ט פארקלעמט ע הערצער, ווע ן די געדאנקע ן טראג ן אונ ז גישט־ווילנדי ק אווע ק אי ן ד י קינדהייט ־ יארן, אי ן דע ר אלטע ר גלות־היי ם — לאמי ר געדענקע ן ד י געפייניקט ע נשמות פו ן אונזער ע בלוט־אץ־לייב־נאענטעסטע, וועלס ע האב ן געוווסט, אז זייע ר אומקו ם אי ז ניש ט קי ץ אומזיסטער, גלויבענדיק, א ז נאענ ט איז דע ר גרויסע ר טאג, דע ר דור ך אונ ז אל ע אויסגעטרוימטע ר ליכטיקע ר מארגן, ווא ם ווע ט ברענגע ן ד י בשור ה פו ן האפענונ ג או ן רעטונג, בא ' פרייאונג או ן אויסלייזונג, " ווע ן אוי ף ד י חורבו ת פו ן דע ם גרויס ן יידיש ן נעכטן ווע ט אויסוואקס ן א ץ יידיש ן לאנ ד א ני י לעבן, וו י ס׳הא ט געזאגט דע ר נבי א (ירמיהו, ל״א): "ושב ו מאר ץ אויב, ושב ו בני ם לגבולם".
"ס׳וועט קומען דער טאג, ווען פרילינג־זון וועט הויך אויס־ שטייגן, און מיין'צעשפרייט פאלק וועט זיך אומקערן פון די לאנגע נע־ונד וועגן, צוריקקומען וועלן מיינע זין אין די גרענעצן פון זייער לאנד, נישט וויסענדיק מער פון גלות, קנעכטשאפט און שאנד". - 212 ־