Original scan
Original memorial-book scan 58
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1311

01. י. בעינ 1 / א פערטל יארהונדערט בענדינער יידישע כראניק 1 פארן וועלט קריג. די לעצטע 25 יאר יידיש לעבן אין זאגלעמביע זענען — ווי דאם אלגעמיינע יידישע לעבן בכלל — רייך און פארשידענע פאסירונגען. די אלע געשעענישן, וואס זענען פארגעקומען אין יידיש־געזעלשאפט־ לעד־פאליטישן לעבן, האבן שטענדיק געפונען אן אפקלאנג און זאגלעמביע. דאס יידישע זאגלעמביע האט שטענדיק רעאגירט — אמאל שטארקער, מאל שוואכער — אויף אלע דערשיינונגען, וועלכע זענען ביי אונז פארגעקומען. און איצט ווען מיר האבן שוין הינטער זיי יענע יארן, דאכט זיך טיילמאל אויס, ווי מיר וואלטן אריינגעקוקט אין א לאנג פאר־ שווונדענער פארגאנגענהייט, פון וועלכער מיר זענען שוין זייער לאנג אוועק, אז די נייע ערע, וואס האט זיך אנגעהויבן באך דער מלחמה וועט אונז שוין מער נישט צוריקברענגען צום טרויעריקן מצב פון פארן קרע. אבער ביים רעאלן ליכט פון דער צייט פערספעק־ טיוו זעען מיר, אז אסך פראבלעמען זענען פון דער יידישער גא נישט פארשווונדן און, אז גאר פיל ברענענדיקע לעבנס־פראגן זענען געבליבן שטיין פאר אונז אין דערזעלבער אקטואליטעט ווי מיט 25 יאר צוריק. ס׳ווערט פאר אונז אזוי קלאר, אז ווען ס׳האנדלט זיך וועגן דער יידישער לאגע חזרט זיך די געשיכטע איבער, און א צייט אפשניט פון 25 יאר איז א גאנץ קנאפע מהלך.

passage_955864d7956292710a4c7af0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1313-2572

די לעצטע יארן פון צאריזם זענען געווען זייער שווער פאר דעם יידישן לעבן אין אמאליקן רוסלאנד. נאך דערשטיקן די פרייהייטס־באוועגונג אין די יארן 1905/1906 איז איינגעשטעלט געווארן אן אייזענער רעאקציאנערער רעזשים. עס האבן געהוליעט די שווארצע מאה און דער זשאנדארמער קנוט, עס איז נישט דערלויבט געווען קיין שום פרייער געדאנק, עס איז נישט מעגלעך געווען צו פירן, וועלכע ס׳איז געזעלשאפטלעך־קולטורעלע ארבעט אפילו אין די בא־שיידנסטע ראמען, ווייל אומעטום האבן די צארישע שפיאנען דערזען דעם רעוואלוציאנערן שד, די "קראמאלע". ממילא, ווען ס׳קומט אויס צו שרייבן וועגן דעם יידישן לעבן פאר די לעצטע יארן פון צאריזם האבן מיר פאר זיך א גאנצן קאמפלעקם פון יידן־רדיפות און גזרות, וועלכע וואלטן זיכער אדורך־געפירט געווארן מיט דער גאנצער ברוטאלער שארפקייט ווען נישט די וועלט מלחמה, וואס האט כאטש טיילווייז געשטערט די צארישע סאטראפן צו רעאליזירן זייערע טיייילאנישע פלענער. אין יאר 1913 האט די צארישע רעגירונג אנגעהויבן זיך צו באנוצן מיט אן אלט געזעץ, לויט וועלכן ייִדן טארן נישט וו1ינען אויף א שטח ביז 21 וויארסט פון דער גרענעץ. די ייִדן פון די זאג־לעמביער דערפער זענען דעריבער אויפגעפאדערט געווארן צו פארלאזן זייערע וו1ינערטער.

passage_f94b94a15c20778acf6be284
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2574-3597

מיט דער באטייליקונג פונעם בענדינער רב ר׳ יקותיאל זלמן גרויבארט איז רעדאגירט געווארן א מעמאראנדום און טעלעגראמע צום אינערן מיניסטעריום וועגן מבטל מאכן די גזרה. באזונדער האט דער יידישער דעפוטאט צו דער "גאסודארסטווענא דומא" ד״ר באמאש אנגעשלאגן די הויכע פענסטער אין פעטערבורג. אויך דער באראן דוד גינצבורג איז געבעטן געווארן זיך משתדל צו זיין וועגן דעם ענין. אין א בריוו, דאטירט פון 22־טן מערץ 1914 שרייבט יצחק גרינבוים צו הרב גרויבארט וועגן דער גזרה פאלגענדיקס: "איך האב דערהאלטן א בריעף פון די יודן, וואס וואוינען אין די דערפער פון בענדינער פאויאט אין וועלכן זיי בעטן מיו איך זאל מיו ווענדען צו ד״ר באמאש און צו שרייבן א טעלעגראם צום מיניסטער וועגן אבשטעלן די גירושים און מודיע זיין אייך וועגן דעם. איך בין אלזא אייך מודיע, אז היינט האב איך געשריבען צו ד״ר באמאש און אויך צוגע־ שטעלט דעם נויטיגן מאטעריאל. די טעלעגראמע וועל איך די טעג פארטיג האבן און וועל זי באלד אפשיקן צו אייך".

passage_dbc00be58bd58122ef5f2c3d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3599-4544

גלייכצייטיק מיט די גירושים זענען מיר געווען עדות פון נאך א טרויריקער דערשיינונג, וועלכע האט איבערגעלאזט זייער שווערע שפורן אין דער יידיש־עקאנאמישער סטרוקטור. דאם איז געווען דער באיקאט, וועלכער איז ארגאניזירט געווארן דורך די ענדעקעס קעגן דער יידישער באפעלקערונג דערפאר, וואס בעת די וואלן צו דער רוסישער דומא (פארלמענט) אין יאר 1912, איז מיט דער הילף פון יידישע שטימען אויסגעוויילט געווארן דער פ..0.־שער קאנדיטאט יאגיאלא און ס׳איז אדורכגעפאלן דער ענדעקישער קאנדידאט קוכאזשעווסקי. אין דער דאזיקער "הייליקער" אנטי־יידישער אקציע איז אייב־ געשפאנט געווארן די גאנצע ענדעקישע פארטיי און פרעסע. אין די זאגלעמביער פארשטעט זענען געעפנט געווארן א גאנצע ריי קאאפע־ ראטיווע געוועלבער, וועלכע האבן צוגענומען ביי יידישע קרעמער א גרויסע צאל קריסטלעכע קונים. דער באיקאט האט געטריבן טויזנטער קליינהענדלער אויפן ראנד פון עקאנאמישן חורבן און אונטערגאנג.

passage_7cf46491e0ceb2624801434d
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4546-5091

די ענדעקעס זענען אין זייער יידן־קאמף נישט געווען פאר־ איינזאמט, זיי האבן געהאט צו זייער מיטהילף אויך די יידישע אסימי־ לאטארן פון זאגלעמביע, וועלכע זענען נישט הינטערשטעליק געבליבן לגבי זייערע ווארשעווער חברים. און אט וואס מיר לייענען אין דער ענדעקישער צייטונג ״איסקרא״ גומ׳ 287 פון יאר 1912: "די סאסנא־ וויצער אסימילאטארן האבן אוועקגעשיקט קיין ווארשע א טעלעגראם מיט א פראטעסט קעגן נישט וויילן קוכאזשעווסקץ". אויך די בענדינער אסימילאטארן האבן אוועקגעשיקט א טעלעגראם מיט אן ענלעכן נוסח.

passage_3e8a364642e6f6795adac3bc
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5093-6109

דער עקאנאמישער חורבן אויפן יידישער גאס, וועלכער איז געקומען אלס פועל יוצא פון די צארישע יידן־רדיפות און פונם באיקאט, האט גורם געווען, אז עס זאל זיך אנחויבן א מאסן עמיגראציע. דורך זאגלעמביע, וואס איז געווען ארומגענומען מיט גרענעצן, זענען אדורכגעגאנגען טויזנטער עמיגראנטען. אבער אחוץ די לעגאלע עמי־ גראנטן, האט א גרויסע צאל אומלעגאלע געשווארצט די גרענעץ, און ס׳האט זייער אפט פאסירט, אז ארימע עמיגראנטן פון פארשידענע שטעט זענען אריינגעפאלן אין די הענט פון פראפעסיאנעלע שמוגלער, וועלכע האבן זיי פשוט בארויבט און זיי געלאזט הפקר אויף גאטס באראט ערגעץ אוץ * די טשעלאדזשע רפעלדער. עם האבן נישט געהאלפן קיין שום ווארענונגען, די צאל קרבנות איז כסדר אלץ מער געוואקסן. אין סאסנאוויץ אויפן באן־סטאציע האט זי ו אפיל ו ארומגעדרייט אן אנגעשטעלטער פון דער י. ק. א. מיט א גלאנציק מעשערנעם בלעכל אויפן היטל, אבער קיין ממשותדיקע הילף האט ער נישט געקענט געבן. דורך זאגלעמביעה זענען, איבער מיסלאוויץ, ־ 54 -

passage_7513023c170973973243cf1a