Original scan
Original memorial-book scan 114
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1212

110 אברהם ציקערט -- אזוי האָבן מיר געלעבט... 4 -:::5:5:55:55::5554:5:5.:::55::, ייא ,יי :5:4:::::::::1:5::::::4:: ,ענעי רעטנענ עטנ בטיי ,עי .ט,טיגעטבט.עט טע ,טיה גענוג געלט. ער האָט געזונגען מער מיט הארץ וי מיט אַ שטימע, אַן אַלט פארמלחמה'דיק ליר : האָב א האַרץ און האָב רחמנות, העלף דיין חבר ווען ער איז אין א נויט.. אָבער ווער איז רעמאָלט נישט געווען שוין אין א נויט} ס'האָכן זיך ווייניקע אויף אים אומגעקוקט. ס'אין קיין ספק נישט, אז ער האָט לאַנג נישט אוױיסגעהאַלטן. ער איז נישט געווען קיין יחיר. וי א מגפה האָט זיך פֿאַרשפּרײיט א לעבנס-אפּאַטיע אין די ערשטע האַרבסט-חדשים און דורך דעם ערשטן וינטער. מענטשן פון מיטעלע יאָרן פלעגן זיך לייגן אין בעט אריין -- מער נישט אויפצושטיין. זיי האָבן ממש געװוארט אויפן טויט און דער טויט האָט נישט געלאָזט אויף זיך לאַנג װאַרטן. איצט האָט דאָס געטאָ באַקומען דעם פּערמאַנענטן אויס- זען. דאָס פּנים װאָס עס האָט געדאַרפט טראָגן נאָך קנאַפּע פיר יאָר, גלייך װוי אין דער קעלט און נרויקייט פון טויט װאָלט געווען געלעגן דער זיג? פון דער פאָרם פון לעבן אין געטאָ. פ'האָט זיך איינגעשטעלט א נאָרמאַלקײט. יענע נאָרמאַלקײט װאָס איז אור-אַלט ביי חיות אין דער נאַטירלעכער ווילדקייט, יִווּ נויט און טויט זענען אן אינטעגראַלער טייל פון דער טאָנ- טענלעכקייט, לויטן דיקטאַט פון נורל.

passage_9863aa9abc81de295912dda4
Passage 2normalized OCR · source chars 1214-2156

אין אָקטאָבער 1940 האָט רומקאָווסקי'ס שול-וועזן אָנגע- הויבן פונקציאָנירן. ס'האָט דעמאָלט קיינער נישט געקענט פאָראויסזען, אז דאָס וװועט אָנהאַלטן בלוין איין יאָר. דאָס , פאַריאַװויטן הויז" אויף פראַנצישקאַנער 24 אין צעטיילט געװאָרן ‏ אין עטלעכע שולן, יעדער שטוב -- א שולע. די אַטראַקציע פון דער שולע איז געווען דער װאַרעמער מאָל- צייט װאָס איז צוגעטיילט געװאָרן טעגלעך. די ערשטע אַרבעשס-װאַרשטאַטן, דער יסוד פון געטאָ לויט מרדכי חיים רומקאָווסקי, האָבן באַקומען פון ‏ דרויסן" באַשטעלונגען. אָבער כדי צו באַקומען ארבעט אין די װאַר- שטאַטן האָבן די ארבעטער געמוזט ברעננען זייערע מאַשינען פון דער היים. אין יענער צייט אין אויך איינגעשטעלט געװאָרן דאָס קולטור-הויז אויף קראוויעצקא נר. 3. כאָטש ס'איז נאָך נישט געווען קלאָר דאָס געשטאַלטן זיך פון דאָזיקן בנין, אין שוין פאַרגעקומען דאָ און דאָרט אן אונטערנעמונג, אָבער דערווייל איז עס אַלץ נאָך געווען אויסשליסלעך מוזיק-קאַנצערטן, די באַקאַנטע געטאָ-רעװיעס זענען דערוייל געלעגן אין דער צוקונפט.

passage_7d3222c45aa5716a02f7beb5
Passage 3normalized OCR · source chars 2158-3329

דאָס געטאָ האָט אויך באַקומען א נייע פּרנסה איינקונפט; דייטשע פירמעס װאָס האָבן געזוכט יידישע אַרבעטער. שפּע- טער האָבן זיי די דאָזיקע ארבעטער באַקומען דירעקט פון דער ס.ס.-טויטן קעפּ-דיוויזיע. אָבער אין יאֶר 1940 האָבן די זעלבע פירמעס נאָך געמוזט באַצאָלן פאר יידישע ארבעט. דער צו- שטעלער פון לאָדזש איז געווען -- דער מענטש װאָס האָט צוגעשטעלט אלץ -- ס. ח. רומקאָווסקי. טויזנטער יונגע מענטשן האָבן זיך פארשריבן אויף ארבעט אויסערן געטאָ, אָבער אָננענומען האָט מען נאָר לויט א מעדיצינישע אונטער- זוכונג און --- ווען מען האָט געברויכט. אָבער, איין מאָל פארשריבן איז מער נישט מעגלעך געווען זיך ארויסצודרייען. די משפּחות פון די ארויסגעשיקטע צו ארבעט האָבן באַקומען א געהאַלט פון 48 געטאָ-מאַרק א חודש. פארשטענדלעך, אז דאָס איז געװאָרן אראָפּנערעכנט פון דער געטאָ-פּענסיע. אָבער ס'איז געווען אין מער וי אין איין שטוב א הכנסה ואָס האָט זיך אָננעזען. דער ערשטער ווינטער אין געטאָ, איז פון שטאַנדפּונקט פון א מענטש װאָס לעבט אין נאָרמאַלע פארהעלטענישן, געווען דער טראַגישסטער, דער טויט האָט נעמאַכט דעם ערשטן גרוי- זאמען אָפּקלײיב צווישן דער נעטאָ באַפעלקערונג און היות דער גרעסטער טייל 3 נעטאיאַנער" זענען נאָך נישט געוען פאַרהאַרטעװעט, איז די שטרעבלעכקייט געווען לויט דער דאַר-

passage_7e9c4dee54486512656d2903
Passage 4normalized OCR · source chars 3331-3349

ײדן גײען אין געטסט

passage_40c70657df63cbbc962137ec