Original scan
Original memorial-book scan 117
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-232

יידיש לאָדוש 113 יי עיניל יי אי=ער עייר א יי יי יי אי יי רטע יב 1 טי :5555:בנ= שטאַרק געפאַלן ביז צו דער מדרנה פון בעטן כאָטש א קילאַ קאַרטאָטל. מאַנכעס מאָל האָבן די אייננטימער זיך באַגנוגנט מיט אַ סך ווייניקער װוי קאַרטאָפל,

passage_091806651e97445461a50cb2
Passage 2normalized OCR · source chars 234-1794

אין משך פון צוויי חדשים האָט זיך דאָס געטאָי-בילך אויסערלעך געביטן ביז צום נישט דערקענען. אָנשטאָט דעם איינהייטלעכן געשטאַלט פון פּוילישע יידן האָט דאָס געטאָ באַקומען (לויט דער טערמינאָלאָגיע פון פּוילישן ייד) א האַלב נישט יידיש אויסזען. די עטלעכע צװאַנציק טויזנט פּליטים װאָס זענען געקומען אין געטאָ האָבן מיט זיך מיטגעבראכט אן אינטעלעקטוע?ל עשירות, ואָס האָט פּראָפּאָרציאָנע? פאר- פלייצט דאָס געטאָ. רומקאָווסקי האָט מיטן חוש פון א פּרי- מיטיוו דערפילט, אז אויב ער וװועט לאָזן ,די פרעמדע" אוים- הויבן דעם קאָפּ קען זיין פּאָזיציע ווערן אומזיכער. זיינע רע- דעס אין נאָוועמכער און דעצעמבער זאָנן עדות דערויף. אָבער טראָץ רומקאָווסקיס באַװאָרענישן האָט דער אַדמיניס- טראטיווער אַפּאַראַט פון נעטאָ אויפנגענומען די קענטנישן פון די דייטשע יידן, די טשעכישע יידן און זיי אויסנענוצט לטובת דעם 2כל9. דער סימפאָנישער אָרקעסטער איז בארייכערט גע- װאָרן מיט ערשטקלאַסיקע מוזיקער װאָס האָבן געהאַט א נאָמען אין זייערע היימערטער, -- זינגער, דאָקטוירים, אינזשיניערן אא"וו,. אלע די װאָס האָבן אוױיסגעהאַלטן דעם ערשטן עקזאַ- מען פון איבערלעבן די ערשטע װאָכן אין געטאָ (הונדערטער האָבן דעם עקזאַמען נישט אויסגעהאַלטן) האָבן אויך געפונען אַן אָרט צװוישן די אַלט איינגעזעסענע. אין געוויסע הינזיכטן זענען גראָד די ניי איינגעזידלטע געװאָרן מער פאַרהאַרטע- וועט וי די אַלטע, שוין דערפאַר, ויי? זיי האָבן אדורכגע- מאכט זייער שולע אויף גיך און אויף א גרויזאמען אופן, אויסגענוצט פון דעם פאָרצוג װאָס עס פאַרמאָנט געוויינטלעך דער הייפישער איבער דעם פרעמדן. ביז א נעוויסן זין איז זייער צופּאַסן זיך צו דער ארומיקער סביבה געװוען ענלעך צו א מענטש װאָס קומט דאָס ערשטע מאָל אין תפיסה; זיי

passage_28562136097ec790fdd85fd4
Passage 3normalized OCR · source chars 1795-2803

האָבן זיך נעמוזט איינלעבן. די שולעס האָבן זיך שוין מער נישט געעפנט. די קינדער פון צען יאָר און עלטער זענען אוועק ארבעטן אין די פאב- ריקן. (וועגן זייער דערציאונג אין די פאבריקן װעט נאָך גע- רעדט וערן). רומקאָווסקיס צוזאָג װאָס אין אזוי פייערלעך געווען פארעפנטלעכט אין ראש השנה נומער פון זיין געטאָ- צייטונג, וועגן זיין זאָרג פארן קינד, אין נישט צושטאַנד געקומען. אויפן אָרט פון דאָזיקן צוזאָנ זענען געקומען די דייטשע און טשעכישע יידן און -- אינמיטן וינטער פון 2, אֶנהוֹיב יאַנואַר -- די באַקאַנטמאַכונג אין פאָרם פון א גאַסןאַפיש, אַן א צאָל געטאָ-אײינװוינער װעלן וערן ארויסגעשיקט פון געטאָ. ס'איז אין אֶנהוֹיב געווען קלאָר וויאזוי דאָס ארויסשיקן וועט צוגיין, ווער ס'וועט ווערן ארויסנעשיקט. אָבער שין אין אייניקע טענ האָט זיך דער נעפּ? געהויבן, די ערשטע ארויסגעשיקט צו ווערן ועלן זיין די יעניקע װאָס לעבן נאָך פון די חודש פּענסיעס װאָס רומקאָווסקי האָט איינגעפירט אין זומער 1940. צוזאמען מיט זיי וועלן אויך ארויסגעשיקט ווערן די װאָס באַקומען געלט פאר מיטנלידער פון זייערע משפּחות ואָס ארבעטן מחוץ דעם געטאָ.

passage_6cff523bf029e4f2d6567271
Passage 4normalized OCR · source chars 2805-3448

דער אַדמיניסטראַטיוער אַפּאַראַט אין געטאָ האָט גע- קלאַפּט נאָר אין אָרדנונג. הונדערטער משפּחות האָבן אָנגע- הויבן באַקומען , חתונה קאַרטן" אין וועלכע ס'איז געוען אָנגעגעבן די דאַטע און דאָס אָרט װוּ זיי האָבן זיך צו מעלדן כדי צו ווערן ארויסגעשיקט פון געטאָ *. ס'איז זיי באַזונדערס געמאָלדן געװאָרן, א חוץ די מעלדונג אין די גאַסן, אז דער פּרעזעס רומקאָווסקי האָט געעפנט אן איינקויפס-שטעלע וו די משפּחות ואָס דאַרפן פארלאָזן דאָס געטאָ, קענען פאר- קויפן זייערע הויז-חפצים לויטן וװערט װאָס די אָפיציעלע אָפּשאַצער וועלן געבן. די װאָס האָבן נישט געװאָלט פארקויפן * געוייגטלעך אין חפיסה טױף טשאַריעבקיעגאָ. מערב-יאײראָפעאישע יידן קומען אין געטש

passage_bc0426a3e27495115a5e71af