Original scan
Original memorial-book scan 120
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-904

16 אברהם ציקערט -- אזוי האָבן מיר געלעבט... רעכטיקט דערצו זענען געװען נאָר יענע, װאָס האָבן אין א געוויסן טאָג פינורירט אויף דער פרעקווענץ פון די פאב- ריקן, היות קיינער האָט נישט געװוסט וװען דער טאָג (אין דייטשן: (,, שטיך-טאָג") װעט אויספאַלן אין מען געגאַנגען צו דער אַרבעט אפילו האַלב קראַנק. די אַרבעט איז אָנגע- קינדער אַרבעטן אין געטאָ גאַנגען כאָטש אין נעטאָ האָט געבושעװועט א דיסציפּלינירטע בהלה. אין דער צייט ווען דאָס ארויסשיקן האָט זיך אָפּנע- שטעלט האָט זיך אָנגעהויבן דאָס ווידער אריינטראַנספּאָרטירן פון יירן אין געטאָ אריין. דאָס מאָל זענען עס געווען פּוילישע יידן פון די ארומיקע שטעט: פון פּאַביאַניץ, ויעלון, פּיעטריקאָוו, זרונסקאַ װאָלע, בעלכאַטאָו א. א. וו. יעדע אוים- נעלייזטע קהילה האָט מיט זיך מיטגעבראכט אירע שוידער- לעכע אומקום-בילדער, דאָס ביס? אָרעמקייט װאָס איז צונע- נומען געװאָרן דורך רומקאָווסקיס באַאַמטע און איז געװאָרן געטאָדפאַרמענן און א נייע אויפרודערונג אין געטאָ.

passage_a20e06ce88da64545ede5ee2
Passage 2normalized OCR · source chars 906-1962

אין יענע טעג איז פארגרעסערט געװאָרן דער אמט פאר , באזונדערע אָנגעלעגנהייטן". דער אַמט האָט איבערגענומען דעם אריינגעבראַכטן רכוש און אים סאָרטירט. די טלבושים זענען געשיקט געװאָרן אויף װידאָק 7 (פאר דער מלחמה א יידישע פאָלקס-שולע) און שיך אויף פראַנצישקאַנער 80 אונטער דער לייטונג פון חיים בונין, בעטגעװאַנט איז טיילווייז איבערנענגעבן נגעװואָרן צום שפּיטאָ? און טיילוויין פאַרטיילט געװאָרן צווישן רי , שישקעס". די שטימונג אין נעטאָ אין געװען אויפנערודערט בין גאָר, יעדעס מאָל נייע אומנלויבלעכע קלאַנגען װאָס האָבן זיך באַשטעטיקט אלס אמת. יעדעס מאָל נייע נזירות ואָס זענען אָנגעזאָנט געװאָרן דורך גאַסן-קלאַנגען איידער זיי זענען געקו- מען אָפיציעל. דער פאַטאַליזם אין געטאָ האָט געהאַט א ווערטל דערפאַר; אויב ס'איז שלעכט מעג מען עס נלויבן. אויב אפילו ס'איז נאָך נישט אמת, װועט עס ווערן אַן אמת, פון נעשיכטלעכער עווידענץ קען פעסטגעשטעלט וװערן, אז דער פּעריאָד פון מאי ביז סעפּטעמבער 1942 איז אין לאָדזשער געטאָ געווען דער סאמע שװערסטער צוליב א סך סיבות. די נאָר ערשטע סיבה איז געווען -- דער פּעריאָד פון א שוידערלעכן הונגער װאָס האָט דערנרייכט אין יענע חדשים

passage_3caf671510e03f7c740e439f
Passage 3normalized OCR · source chars 1964-3350

צו א נייער הויך. אַן אַנדערע סיבה איז געווען דער כאַאָס פון אריינשיקן און ארויסשיקן יידן פון געטאָ, װאָס האָט אָפּנע- שפּינלט א נייע, מער באַדראַענדיקע פאַזע פון דייטשע כוונות. אן אַנדערע סיבה איז נגעווען די ערשטע אלגעמיינע אויסגע- שעפּטקײט פון דער באַפעלקערונג װואָס האָט זיך אָנגעהויבן באַװייזן נאָך אין אֶנהוֹיב 1941, אָבער דעמאָלט זענען געווען אונטערשידן צווישן אויסדויערער און די װאָס זענען געפאַלן גיך, אין זומער 1942 האָט דאָס , קלאַפּסעדרע" פּנים (אויס- געצערטקייט אין געטאָדלשון) אָנגענומען אן אלגעמיינעם כאַ- ראַקטער און דער עיקר דער ערשטמאָליקער אלגעמיינער פּחד; טאַקע אומבאקאנט אָבער אין זומער 1942 אין די אומבאַ- קאַנטקײיט געװאָרן א טיי? פון דער נאַנצער באַפעלקערונג פון געטאָ. עפּעס האָט אָנגעזאָנט, אז אפילו די פּריוויליגירטע פון נעטאָ זענען פּריווילינירט בלויז צייטווייליק. ס'איז שווער פון א מרחק פון מענטשלעכע יאָרן צו אַנאַליזירן אין איינצל- הייטן פארװאָס דאָס איז געווען אזוי גראָד יענעם זומער, אָבער דער גרעסטער טיי? פון די װאָס האָבן איבערנעלעבט דאָס געטאָ ועלן מסכים זיין, אז אלס א ציײיטאָפּשניט אין די פיר יאָר מיט פיר חדשים פון געטאָ איזן דער זומער פון תש"ב דאָס טראַנישסטע קאַפּיט?. אפשר דערפאר, וויי? אין יענעם תהום האָט נאָך נעטליעם אן אילוזיע פון ראַטעװען זיך אָבער ס'איז קלאָר געווען, אז קיינער ווייסט נישט וויאזוי מען קען זיך ראַטעװען. שווער צו זאָגן פאַרװאָס דאָס איז געווען אזוי, אָבער נגראָר נישט שווער איז פעסטצושטעלן דעם פאַקט, אַז אזוי איז עס געווען.

passage_89cafdab1138320921881114
Passage 4normalized OCR · source chars 3352-4374

און גערעכט זענען געווען די װאָס האָבן געהאַט דעם פאַטאַליסטישן צונאַנג מיט דעם צינישן זאָנ:;, אוב ס'איז נאָך נישט אמת ועט עס וערן אמת". סוף אויגוסט, אין פארטאָג פון 21טן אוינוסט אויפן 1טן סעפּטעמבער, זענען שווערע לאַסט-אױטאָס מיט מלאכי חבלה אין דייטשע אוני- פאָרמען, אריין דורכן באַלוטער פּלאַץ אין געטאָ. די לאַסט- אויטאָס האָבן זיך אָפּנעשטעלט ביים שפּיטאָל אויף לאגיעוו- ניצקע 86 און די רציחה האָט זיך אָננגעהויבן. דאָס מאָל? האָבן די טויטן-קעפּ טרענער (באַקאַנט געװאָרן אין געטאָ, אלס די ראָל-קאָמאַנדע) נישט נעפּרוּווט אפילו אױיסבאַהאַלטן זייערץ כוונות. זיי זענען געקומען אויסרייניקן דאָס שפּיטאָל פון קראַנקע, אֶָן שום צערעמאָניעס. די קראַנקע וװאָס האָבן נעקענט גיין האָבן מיט איינענע כוחות אָדער מיט דער הילף פון שפּיטאָל- פּערסאָנאַל געמוזט געפינען זייער וועג ארויף אויף די לאַסט- אויטאָס, דער גור? פון די קראַנקע איז געווען פאַרשידן: מאַנכע זענען געװאָרן דורך די פלענער אראָפּנעטראָנגן צו די אוױיטאָס און אַנדערע האָבן די טייװאָלים אין מענטשלעכע בגדים ארויסגעװאָרפן דורך די פענצטער אָן אונטערשיד פון וועלכער הויך.

passage_ba2fc473b25c4c35231b2127
Passage 5normalized OCR · source chars 4376-4879

דאָס שפּיטאָל-פּערסאָנאַל איזן נישט געװאָרן אָנגערירט פון דער גזירה. באַהאַלטענערהײיט האָבן די שפּיטאָל-ארבעטער, װוּ נאָר מענלעך געגעבן באַקליידונג צו די קראנקע װואָס האָבן געהאט א מענלעכקייט זיך צו ראַטעװען. מאַנכע קראַנקע אין אזוי ארום געלוננען צו אַנטלויפן פון די רוצחישע הענט. דאָס זעלבע בילד האָט זיך אָפּנעשפּילט אויך אין , פּו- לישן" שפּיטאָל און אויף דער װעסאָלע אין שפּיטאָל פאר גייס- טיק קראַנקע, דאָס לעצטע אין אין יענעם טאָג אינגאַנצן ליקווידירט געװאָרן, אָבער דאָס איז געווען דער אֶנהוֹיב.

passage_e5b910b97fac6ec6d91e399d