Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 127
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-977

ידיש לאָדזש 123 די פאַרװויסטונג האָט זיך צעליינט איבער אַלץ און אַלעמען. אָבער גראָד אין יענער וויסטקייט האָט דאָס געטאָ געשטעלט אַ װידערשטאַנד פון נבורה. אַ געטאָידאָקטאָר װאָס האָט זיך אױיסבאַהאַלטן אין אַ בונקער -- ד"ר װייסקאָפּ ז"? -- איז אַנטדעקט געװאָרן דורך דער געבליבענער ארדענונגס-דינסט, און מורא האָבנדיק פאר זייערע אייגענע קעפּ, האָבן זיי דערוועגן צווויסן געגעבן דער געטאָ-פאַרװאַלטונג. ביבאָוו יש"ו איז גע- קומען אָנקוקן דעם בונקער און לויט גענויע קװאַלן, האָט ד"ר װײיסקאָפּ זיך געװאָרפן אויף ביבאָוון מיט ליידיקע הענט; דער רייטשער גיבור האָט זיך פאַרטייריקט --- מיט אַ רעװאָלװער, דער לעצטער װידערשטאַנד איז געמאַכט געװאָרן אין די לעצטע 924 שעה פון דייטשער הערשאַפט אין לאָדזש. זעט אויס, אז די פּסיכאָלאָנישע אויסווירקונג פון דעם װאָס איז פאָרגעקומען איז נישט געווען איינזייטיק. אויך די דייטשן האָנן גענלויבט, אז דער לעצטער ייד וועם קוקן אויף זיי וי אויף אויבערמענטשן אָן שום אייגענעם ווילן. אין לעצטן טאָנ פון זייער ממשלה אין לאָדזש האָבן די פירער פון דער געטאָ-

passage_782a26cffb562130883d8a00
Passage 2normalized OCR · source chars 979-1897

פאַרװאַלטונג איבערגעגעבן דורך דעם פירער פון די געטאָ- אויפרוימער אַ באַפע?, אז די אַכט הונדערט יידן זאָלן זיך צושטעלן אינדערפרי אויפן יידישן בית החיים. דער יידישער לייטער האָט אָנגענומען דעם באַפעל, צונעזאָנגט אפשר אים אויסצופירן און טאַקע באַלד צו ויסן געגעבן די אַכט הונ- דערט אויפרוימער, אז ביבאָוו מיט זיינע הענקער וועלן װאַרטן אויף זיי --- אויפן יידישן בית עלמין. די אויפרוימער האָבן די אָנדייטונג גוט פארשטאַנען און זענען זיך צעלאָפן אין די פּוסטע הייזער פון געטאָ. א גרויסער טייל פון די לעצטע אויסבאַהאַלטענע האָבן זייער מקום מקלט אויסגעוויילט נאָענט צו די נעטאָיגרענעצן, פון דאָרט האָבען זיי נאָכגעקוקט און צונעזען די מהומה פון די דייטשן אין די לעצטע שעהן. אָט די יידן זענען באַפרייט געװאָרן ממש אין געטאָ, אָבער וי יחידים. דאָס געטאָ לאָדזש, װאָס די רוסן האָבן אָנגעטראָפן איז געווען נישט מער וי דער בר-מינן פון א גרויסע, לעצטע יידישע קהילה אין היטלערס אייראָפּע װאָס האָט גענוסט און נעצאַנסט איבער פיר יאָר.

passage_d8354dc06e3447f25d40d7c8