Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 128
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-679

124 יידיש לאַָדזש שבע נלאַָס-װינער קינדער אין נעמאַ א פיינלעך קאַפּיטל אין דער יידישער מאַרמיר- געשיכטע פארנעמט דאָס קינד אין לאָדזשער געטאָ שוין פון סאַמע אֶנהוֹיב אֶן. די , איבערזידלונגען", אויסזידלוננען און אלע אַנדערע רדיפות און אכזריותן האָבן נאָר שנעל צעשיידט, צעריסן ייריש משפּחה-לעבן. דערצו נאָך האָבן צענדליקער טויזנטער יונגע יידישע מענער -- וען די היטלער-אַרמײ האָט אריינמאַרשירט קיין לאָדזש -- אין כאאָס פאַרלאָזט זייערע היימען, עלטערן, ווייב און קינדער, און אַנטלאָפן צו די גרענעצן פון רוסלאַנד, כדי דאָרט צו געפינען צייטווייליקע שוץ. דאָ, װוּ ס'איז ערשט נישט לאַנג געווען א דאַך איבערן קאָפּ, טאַטע-מאַמע און אויפזיכט הערשט שוין עלנדקייט און פאַרצווייפלונג.

passage_116493d1b30d4ec0500d1308
Passage 2normalized OCR · source chars 681-1825

אזוי זענען אויף פארשיידענע טראַגישע אופנים צעבראָכן געװאָרן יירישע היימען, איבערלאָזנדיק האַלבע און אויך קיילעכדיקע יתומים, פּיצלעך קינדער אויף הפקר. שוין פון די ערשטע טעג אָן, איז דער הוננער אין געטאָ געװאָרן דער אויסזויגער פון מענטשלעכן לייב. די כסדרדיקע אומרואיקייט, אומזיכערקייט און די שפּאַנונג האָט געמאַכט יונגע מענטשן גרוי און אַלט, דערצו נאָך האָבן די מאַטעריעלע מיטלען ביי די מערסטע משפּחות נאָר שנע?ל זיך אױסגעלאָזט. פאר- צווייפלטע און רעזיגנירטע האָבן מענער און פרויען -- אין יענעם זומער פון 1940 זיך ארומגעטראָגן מיט אייגענעם לעבן. וועמענזשע האָט אין אזא אומרחמטתדיק-קאַלטער וועלט גע- סענט אָנגיין דער גורל פון עמעצנס א קינר? אָבער דער אינסטינקט פאר ועלן לעבן -- האָט אויך א טיי? פון די דאָזיקע פאַרװאָרלאָזטע, יונגע קינדער אונטער- געזאָגט, נישט אונטערצוגעבן זיך דעם גוֹרל, דער אומרו האָט פריצייטיק זיי געטריבן פון שטוב אין נאָס אריין, און באַפױלן צו זוכן עפּעס א פּרנסה, אויף צן קענען אַדורכשטוקעװען די שווערע טעג --- ווערן זעלבשטענדיק | און אליין טראָגן יונגערהייט דעם עול? פון האַרטן לעבן אויף די שװאַכינקע אַקסלען; ווערן פארזאָרנער, נישט נאָר בלוין פאר זיך, נאָר אָפּטמאָל אויך פאר עטלעכע יינגערע שוועסטער- לעך און ברידערלעך.

passage_5677785ecd18a5b8513833bf
Passage 3normalized OCR · source chars 1827-2971

איינצלנע זענען געװאָרן הויף-זינגער: גענאנגען טאָנ-איין טאָנדאויס איבער די באַלוטער הויפן, און דאָרט מיט צאַרטע שטימעלעך אויסגעויינט זייערע געאאַנגען, מיט אויסגע- שטרעקטע הענטלעך און אוינן בעטלענדיקע, פלענן זיי נאָכן אָפּזינגען זייערע לידלעך, אומנעדולדיק אריינקוקן אין יעדן פענצטער באַזונדער, און אָפּװאַרטן ביז עמעצער פון די איינ- וװווינער װעט זיך מיט עפּעס דערבארעמען. אנדערע זענען געװאָרן , קוילן-גרעבער": נישט וייט פון דער אֶקאָפּאָווע גאָס, אויף די פאַרלאָזענע מאַרישינער פעלדער, װווּ מ'פלענט אמאָל ארויספירן דאָס אָנגעזאמלטע מיסט -- דאָרט צװוישן די מיסט-הויפנס פלענן קינדער פארברענגען נאַנצע טעג. מיט לאָפּאַטעס, האַקמעסערס און עמערס. אין די הענט, פלעגן זיי ארויסזוכן צווישן שמוציקן אָפּפאַל די , שװאַרצע פּיצלעך נאָלד"; שטיקלעך קוילן, נישט דערברענט האָלץ, אָדער קוילן-שטויב װאָס באַלעבאָסטעס האָבן אַמאָל אין די גוטע צייטן אַרױסגעװאָרפן פון די שטיבער. מחמת דעם דוחק אין ברען-מאַטעריאָל, װאָס האָט געהערשט אין געטאָ פלעגן די דאָזיקע , קוילנגרעבער" פארקויפן דאָס ביסל קוילן- אָפּפאַל אויפן שװאַרצן מאַרק פאר א נוטן פּרין און דאָס האָט זיי גענעבן די מענלעכקייט זיך איינצושאפן די טעגלעכע פּראָדוקטן-צוטיילונגען, די אזוי נגערופענע , ראַציעס".

passage_3c862941f95ca8fc2febd347
Passage 4normalized OCR · source chars 2973-3887

א גרעסערער טיי? פון די-אָ יונגע קינדער האָט פריצייטיק זיך גענומען צו נאַסן-הענדלעריי. שוין אין גרויען באַנינען האָט מען זיי געטראָפן, דרי קליינינקע, װאַכזאַמע נעטאָ-הענד- לער אין גאָס, מיט מידע, נישט אוױיסגעשלאָפענע איינעלעך, פלעגן זיי אין אלע ראָגן, אין אלע פארװאָרפענע ווינקעלעך פון געטאָ אויסקוקן אויף א קונה. אויסגעפרוירענע, קריעה-בליעה'דיקע, פלעגן די דאָזיקע ייננע הענדלער, מיט זייערע הייזעריקע שטימען, ועקן ראָס נאָךדנישט-װואַכנדיקע געטאָ פון קאָשמאַרן שלאָף. װוי קליינע שװאַרצע פּינטעלעך האָבן זיי ווינטער-צייט ארויסגעקוקט פון שנייאיקן ארום. מיט רויטע, פון קעלט נע- שװאָלענע הענטלעך, פארשטעקט אונטער א צעריסענעם בנד, פלענן די קינדער אֶפּטמאָל אוױיסבאַהאַלטן די גאַנצע , קראָם" זייערע, װאָס איז באַשטאַנען נישט מער, וי פון עטלעכע הונ- דערט סאַכאַרינען, א ביס? צוקערלעך אוױיסנגעאַרבעט פון עפּעס אן ,ערזאַץיקאַװוע" און אויך צו עטלעכע שאַכטלעך צינאַרעטן פון ערגסטן מין. , קויפט קאַרמעלקעס, די גרויסע-קילאָמעט-

passage_b9a7a05d83be3e095cb097ad