Original scan
Original memorial-book scan 130
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-732

126 שבע גלאַסיװױינער -- קינדער אין געטאַ אויך א סך פון די יונגע גאַסן-הענדלער, ,קוילן-גרעבער" און קליינע פאַרזאָרנער האָבן געפונען דאָרט זייער מקום-מקלט, ס'זענען. אויך אין דער זעלבער צייט געשאַפן געװאָרן אין נעטאָ די ,בורסעס" פאר עלטערע און מער דערװאַקסענע יתומים; ייננלעך און מיידלעך באַזונדער, וי אויך א היים פאר זויג-קינדער. צ מאַרישין איז געווען אן אָפּנעזונדערטע , אױטאָנאָמיע" אין דעם טרויעריקן מלכות-געטאָ. געהאַט איר אייגענעם אַמּ- ראָוויזאַציע-אָפּטײיל, עטלעכע אלגעמיינע קיכן פאר די קינדער, איר אייגענע וועשעריי און באַקלײיד-שטעלע. געװען דאָרט א מיניאַטור-שפּיטאָל מיט צוויי יונגע דאָקטױירים, עטלעכע קראַנקן-שוועסטער, סאַניטאַרן און היגיעניסטן, אַן אַפּטײק, אַ פּרעװענטאָריע און אזאליר-יצימערן פאר אָנשטעקנדיק- קראַנקע.

passage_a2d8239b726164d9d18495f0
Passage 2normalized OCR · source chars 734-1784

געווען דאָרט אויך א ספּעציעלע היים פאר פּיצלעך-קינדער --- פון צוויי ביז זיבן יאָר אַלט; א , גרופּע" פאר גייסטיק-צוריק- געשטאַנענע קינדער, א חדר מיט א פרומען רבין פאר רעלי- גיעזע יינגלעך; געהאַט איר אייגענע שול מיט יידיש אלס אונ- טעריכט-שפּראך, מיט א פּראָגראם פון יידישע לימודים, וועלכע ס'האָבן טענלעך באַזוכט 1200 קינדער. אויך שפּעטער, ווען די דייטשן האָבן באַפּױלן צו פארמאכן אלע שולן אין געטאָ, און פארבאָטן דאָס לערנען, האָבן לערער אין די גרופּעס געהיים נגעלערנט די קינדער שרייבן, רעכענען, תנ"ך און יירישע געשיכטע. מאַרישין האָט אויך פארמאָנט אן איינענעם טעאַטערזאַל, װאָס איז נגענוצט געװאָרן ביי פארשיידענע געלעננהייטן פאר קינדער-פאָרשטעלונגען, געזאַנג, טענץ און ספּאָרט-פארמעס- טונגען, שפּעטער האָט ליידער דער זעלכער טעאַטערזאַל געדינט אלס טראַנזיט-דעפּאָרטיר-צענטער פאר די פארמשפּטע צו די נאַזדקאַמערן אין כעלמנאָ.. | אפילו א באַזונדערן פּאַליצייירעוויר האָט מאַרישין פאר- מאָנט. צוזאמען מיטן טעכנישן פּערסאָנאַל, מיט די לערער, ספּאָרט-אינסטרוקטאָרן, דערציער און נעהילף-דערציער זענען נעבן 1901 קינדער באשעפטיקט נעװען ארום 400 דערװואַקסענע. א

passage_79ebe1bec621c4eda02532aa
Passage 3normalized OCR · source chars 1786-2865

מאַרישין -- א פאָרשטאָט פון לאָדזש --- עטלעכע קילאָ- מעטער פון באַלוט --- איז דורך די דייטשן צוגעטיילט געװאָרן צום געטאָדקװאַרטל, מחמת דורך דאָרט האָט געפירט דער איינציקער וועג צום יידישן בית-עולם... אלע אנדערע ועגן אהינצו זענען דורך זיי פארצוימט געװאָרן מיט שטעבלפ- דראָטן און האָבן געהערט צו דער אַרישער זייט, דאָרט אינעם דערפל -- װוּ ס'האָבן אמאָל געלעבט נאָר פּאַליאקן -- און א יידישער פוס האָט זעלטן ווען געװאַגט אין נאָרמאַלע צייטן איבערצוטרעטן דאָס דאָזיקע אָרט, ווייל די געננט איז באוווינט געווען מערסטנטיי? דורך באַאַמטע מיט אַנטיסעמיטישע איינשטעלונגען -- איז געשאַפן געװאָרן די היים פאר די פאדװאָרלאָזטע געטאָייתומים. טאָנ-איין טאָג-אויס זענען דורך די מאַרישינער בלאָטיקע ווענן, געלאָפן די שווארצע עגלה:וועגענער, צום נאענטן בית- עולם, טראָננדיק יוננ-פארשניטענע לעבנס צו זייער איי- ביקער רו, דאָס קליינװואַרנ האָט זיך שנע? צוגעוװווינט צום ,גוט- אָרט", טײילכמאָל אפילן זיך געשפּילט צווישן די מצבות אין באַהעלטערלעך". זיך צונעוווינט צו די טרערן און ליידן, צום געוויין פון דערוואקסענע מענטשן און דער בית;עולם איז פאר די דאָזיקע קינדער נישט נעווען מער קיין שרעק- װאָרט..,

passage_fcfc6587e6c3707747c11b06
Passage 4normalized OCR · source chars 2867-4018

די הילצערנע הייזלעך, װוּ ס'האָבן נעלעבט די קינדער מיט זייערע דערציער, האָבן אויסנעזען וי זיי װואָלטן פון זיך זעלבסט ארוױיסגעװאָקטן אויף די געסלעך פון מאַרישין, צוזא- מען מיט זייערע גערמנדלעך, קוסטעס און ביימער. מ'האָט אָנגעזען, אז ס'טעלט דאָרט די האנט פון די דאָרפישע בא- לעבאטים, דאט הער קע { לעבן אין געטא, פול מיט ראַנגלע- נישן איז נעוען א לעבן ,אויף דערוייל" --- און וועמענזשע אין אין אזא צייט אין זינען געלעגן די זאָרנ איבער עמעצנס גאָרטן אָדער הויז? אויף דער ערד, װוּ ס'האָט ערשט נישט לאַנג זיך נערו- דערט כייט בלויז נויאישקייט---וווּ די לופט איז געווען אדורכ- געזאַפּט סים אנטיטעמיטישן סם -- האָט מיטאַמאָל גענומען שפּראצן סמיט לעבעדיקייט פון יידישן קינד;: דאָס געוויין זיינס ס'געלעכטער, זיינע חלומות און טרערן, און אויך ס'געזאַנג פונעם יידישן קינד האָט נישט פארפעלט אויף מאַרישינער נעטאָ-ערד. נישט איינמאָק האָט דאָס יידישע ליד פול מיט בענקשאַפטן און טרוימען אָפּנגעקלונגען האַרט נעבן די דראָט- פארבוימוננען. | וי אן אָאַזיס אין מדבר, אזוי האָט מאַרישין מיט אירע גערנטנדקעך נעכז יעדן הייז?, ביימער און קוסטעס, אויס- נגעזען אין כארגלייך טיט די אויסגעלידיקטע פון גוינס באַלו- טער שמאלע געסלעך, עננע הויפן און גרויע אָפּנעלאָזענע אלטע הייזלעך.

passage_581922bc412559d23d77ad5b
Passage 5normalized OCR · source chars 4020-5024

ם'אין קיין חידיט ניטם, ואס די מענטשן אין געטא, האָבן מיט א געקוקט אהינצו, צום אפּנעזונדערטן גרינעם ארנ; ווו די לופט אין דדויסן איז געווען א פרישע און א ריינע. אָבער באר די קינדער איז דאָס נױינס און די נוטע לופט נגעווען סיי א תרכה און סיי א קללה. די נוטע לופט האָט נעמאַכט די קינדער נאָך שטאַרקער פילן דעם הוננער און מער נאָך דאָס נאָגן אונטערן האַרץ- לעפעלע. מיט װאָס צו שטילן. דעם הוננער אִין נישט געווען, פלענן די קינדער רייסן פון די מעלדער די ווילדע גראָזן און רויערחייט -- זיי עסן, דאָס שיינע בליעכין פון די אַקאַציע-בײימער װאָס זענען געװאָקסן נעבן די פענצטער און אויך דעד פֿאַרביקער בעז, האָט נישט באַצירט זייערע חדרים. איידער די אַקאַציעס האָבן נאָך באַװויזן רייף צו ווערן, האָבן די קינדער טיט זשעדנעקייט בננבה געריסן די זיסע ווייסע בלימעלעך, און צייטווייליק אייננעשטילט דעם הונגער. אָבער די קאָנסעקװוענצן זענען געווען בויך- קראַנקהייטן, פארן פארהוננערטן קינד האָבְן נישט עקזיסטירט קיין אויפקלערונגען, געזעצן אָדער שטראָף, אין אָנבליק פון שווערן הוננער האָבן. באַנקראָטירט אלע דערציערישע מיטלען.

passage_3a2368a16d4de1c7e9e26615