Original scan
Original memorial-book scan 132
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-615

128 שבע נלאָס-װינער -- קינדער אין געטאָ האָן ביז אַ קאַץ, פון אַ קעלבל ביז א הונט. זיי האָבן זיך מיט דעם אין דער ווירקלעכקייט נישט געטראָפן. זיי האָבן נישט געװוּסט װאָס איז אַזױנס אַ פיש, צי איז אַן איי גרין אָדער בלוי, וי אַזױ זעט אויס אַן עפּל, אַ בולקע, אַ באַרנע. זיי זענען געװאָקסן מיט דער שפּראַך פון , קופּאָנען", , טאַלאָנען", , ראַציעס", , שפּערעס" און , אויס- זידלונגען". ביי זיי איז דער חוש געװאָרן אויסנעשליפן אין אַ נאָר אַנדערער ריכטונג. די קינדער פון , שפּערע"-שפּראַך האָבן אָפּטמאָל -- בשעת קאָמפּליצירטע פאַרלעגנהייטן -- זיך אַרױסגעװיזן שאַרפזיניקער און אוױיסגעהאַלטענער וי דער- װאַקסענע מענטשן.

passage_21be7b1722118e3701e62d32
Passage 2normalized OCR · source chars 617-1544

פ'דערמאָנט זיך מיר א פאַל בשעת אַן אַקציע, , שפּערע"-צייט אין יאָר 1942, ווען אַ מוטער האָט אוױיסבאַהאַלטן אירע צויי קינדער אין אַ ואַנט --- אין צויי גאָר באַזונדערע באַהעל- טענישן --- אין איין און דעם זעלבן צימער. איין קינד, זעקס יאָר אַלט, דאָס אַנדערע אַכט יאָר; אין בעט אין נאָך נעבליבן אַן אַלטע באָבע, וועמען ס'איז אוממעגלעך געווען ערגעץ-וג אױיסצובאַהאַלטן. איבערלאָזנדיק די שטוב, איז די מוטער מיט נאָך אַ פּיצ? קינד אויף דער האַנט, געלאָפן זוכן ערגעץ אַנדערש-ווו אַ באַהעלטעניש פאַר זיך און פאַר איר איייאָריק יינגעלע. ווען די דייטשן זענען דערנאָך אַרין אין איר שטוב, האָבן זיי די באָבע גלייך דערשאָסן. פון איין באַהעלטעניש אַרױסגענומען דאָס זעקס-יאָריקע מיידעלע און אויפן אָרט עס אומגעבראַכט. דאָס אַכט-יאָריקע מיידעלע האָט דאָס אַלֵץ בייגעוווינט און פאַרגליווערם געשויגן... אַפילו דער אויסערלעכער אויסדרוק אין ביי אייניקע פון דעם יונגװואַרג פאַרענדערט געװאָרן. ס'איז פארשװוונדן דער קינדערישער בליק פון זייערע פּנימער.

passage_d27e3ce5a27f0d54c1e4ce72
Passage 3normalized OCR · source chars 1546-2641

אָפט דערשלאָגן, מיט פאַרטראַכטע איינעלעך, אין וועלכע ס'איז פריצייטיק אויסנעלאָשן געװאָרן יעטװעדער טראָפּן פרייד --- האָט דאָס קינד אינטואיטיוו דערפילט זיך אַלס אַזעלכעס ואָס באשװוערט דאָס געטאָילעבן, מאַכט זאָרגן די עלטערע מענטשן און נעמט צו די רו ביי זיי. פאַרשיידענע פרוּוון זענען נעמאַכט געװאָרן מצד די דערציער, כדי דאָס קינד אַרוסצופירן פון זיין יאוש -- אָבער זיי זענען געווען שטארק פילבאַר אויף די שווערע געשעענישן און געקוקט מיט אומצוטרוי און ביטו? צו דער ארומיקער וועלט. צּ דער מער דערװאַקסענער עלעמענט -- קינדער וועמען די מלחמה האָט געטראָפן, ווען זיי זענען אַלט געווען עלף, צוועלף אָדער דרייצן יאָר -- אינעם עלטער ווען ס'אַנטוויקלט זיך ביים יוגנטלעכן די עמפינדלעכקייט און פילבאַרקייט -- ביי די דאָזיקע יונגע מיידלעך און ייננלעך איז אין אַ געוי- סער ריכטונג דער פאַרשטאַנד מער רייף געװאָרן װי ביי אַנ- דערע דורכשניטלעכע קינדער אין זעלבן עלטער, אין אַ נאָר- מאַלער צייט, אין אַלע מיינע שמועסן מיט יוננטלעכע, פלעג איך אַרויספילן זייער דערשלאָגנקייט. און אויך א מינדערווערט- קאָמפּלעקס; ‏ פאַרװאָס קומט אונדז דעריאָ גורל? צי זענען מיר, די קינדער פון יידישן פאָלק פאַסטיש ערנער, וי אַלַע

passage_a1bd7afd855ecb0cab785797
Passage 4normalized OCR · source chars 2643-3408

אַנדערע קינדער איבער דער נאָרער וועלט? איז עס אמת, אַז מיר יידן זענען אַזאַ געפאַלן פאָלק, װאָס איז מער נישט ווערט וי צו זיין כסדר געפּײיניקט, גערודפט און דערנידעריקט? דער דאָזיקער , פאַרװאָס? איז פאַר אַ סך יוגנטלעכע געבליבן נישט פאַרענטפערט. זיי האָבן זיך פארשריבן אין די ביבליאָטעקן, מער געלייענט וי אין נאָרמאַלע צייטן. ביז אין דער שפּעטער נאַכט, ביים שייז פון גראָשנדיקער ליכט, פלעגן זיי לייענען. געװאָלט דערניין און אויסגעפינען אין די ביכער דעם אמת -- אויף צו קענען זיך אַרומגאַרטלען מיט אַ ביסל גייסטיקן װוידערשטאַנד און אויך כדי צו קענען געפינען א טרייסט און א ביס? רו אין די וינקעלעך פון זייערע צעטרייסלטע געמיטער. שוין די ערשטע באַגעגעניש מיס די האַקנקרייציקע פּנימער און דערנאָך מיט געטאָ-ערד, האָט זייערע נשמות אָנגעפילט מיט טרויער און מיט אַנטוישונג.

passage_7c336a20ba30a7ebb2e58cb7
Passage 5normalized OCR · source chars 3410-4409

יונגע מענטשן, וועלכע האָבן זיך געגרייט אין לעבן אַרײן, מיט גלויבן און צוטרוי צו דער אויפנייענדיקער וועלט -- צו דער אַרומרינגלענדיקער סביבה, צו פריינד און חברים, צו איינענע טאַטע-מאַמע און משפּחה, גענלויבט יעדעס װאָרט װאָס איז געקומען פון לערערס מויל; זיי האָבן פּלוצים דערזען וי איינענע טאַטע-מאַמע, זייערע דערציער און לערער, ווערן דערנידעריקט און געפּײניקט; דערזען די אומבאַהאָלפנקייט פון זייערע נאַענטע, וי אַזױ זיי מוזן הילפסלאָז פארקריצן די ציין, אָננעמען דעם דערנידעריקטן צושטאַנד און שוייגן. אויף די שוװואַכערע כאַראַקטערן האָט דאָס טאַקע שלעכט גע- ווירקט און אַרױסגערופן אַ מינדערװערט-קאָמפּלעקס. דער אינטעליגענטער טיי? פון יוננט, ביי וועמען די פראַנע , פאַרװאָס?" און , מיט װאָס בין איך אָדער מיין ברו- דער ערנער פון יעניקן, ואָס שלאָנט אונדז, טרעט איבער אונדזערע קעפּ? -- האָט נגעדריקט, געעקבערט אינעם מוה און געמאַכט זיי נאָך מער אומרואיק, ס'דערמאַנט זיך מיר אַ זומער-פארנאַכט אין געטאַָ:; ס'האָבן מיך אַרומגעריננלט יוגנטלעכע און געשטעלט די זעלבע פראַנע. איך האָב זיי דעמאָלט געענטפערט:

passage_cc6071748601aaab22a5f151
Passage 6normalized OCR · source chars 4411-5247

--- אָט איז דער פוינל פון דער נאַטור באַשאַנקען מיט פליגלען אויף צו קענען פליען הויך אין דער לופט, און דערצו נאָך מיט אַ קו? צו קענען זינגען און באשיינען דער וועלטס אויסזען; די קאַץ איז אָבער מיט די דאָזיקע גוטע אייננשאַפטן נישט געקרוינט געװאָרן. דאָך טשאַטעװעט די כיטרע און באַנאָגלטע קאַץ איבערן אומשולדיקן פוינלס קאָפּ -- און נישט דער פוינ? איבער דער קאַץ. אייניקע קינדער איז דעמאָלט דער דאָזיקער ענטפער גע- ווען שטאַרק צום האַרצן און זיי האָבן געפונען טרייסט אין פאַרצווייפלטע מינוטן. אַנדערע האָבן טרויעריק געפרעגט: --- וועלן מיר שוין מוזן בלייבן אייביק די שיינע פייג? אָן איינענע נעסטן, אַז אַלע ווילדע קעץ זאָלן האָבן איבער אונדז אַ שליטה --- הפקרדיק ווילדעווען איבער אונדזערע קעפּ און טאָן מיט אונדז װאָס זיי געפעלט נאָר ? צִּ אַ חוץ דעם צואמענמיש פון אַלערלײי אומנליקלעכע יתומים, וועלכע האָבן געשטאַמט פון דער שטאָט לאָדושׁ

passage_33e4265c12804560ebe148aa