Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 134
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-970

120 שבע נלאַסיױינער -- קינדער אין געטאַ דורכן שול-ראָט (עקזיסטירט זינט אָקטאָבער 1941 אין גע- היים, אונטער אַן אַנדערן נאָמען) מיט לערן-מאַטעריאַל; נאָטן, אָנווייזונגען. אָפטמאָל זענען זיי געשטאַנען אונטער אַ מעדי- צינישער אויפזיבט. פאַרשטענדלעך, אַז ביי אַזעלכע אומנאָרמאַלע, שווערע און קאָמפּליצירטע באַדינגוננען --- ווען דאָס לערנען מיט יירישע קינדער איז פארבאָטן געװאָרן דורך דער דייטשער מאַכט -- האָבן נישט געקענט זיין קיין רייד ווענן נאָרמאַלע לימודים, וי אין טאָנדשולן אויף דער פריי, די שרעק און מורא אַרױסגעשיקט צו ווערן פון געטאָ אַלס אַן , אומפּראָדוקטיווער עלעמענט", איז איצט נאָך מער געהאָנגען איבער יונג און אַלט. מענטשן האָבן זיך געריסן צו גיין אַרבעטן אין אַלערלײי רעסאָרטן, צו זיין , פּראָדוקטיוו" אַבי צו באַזיצן אַן אַרבעטער-צעטל, אַן אַרבעטס-קאַרטע האָט אויסנעזען אין די מענטשנס אוינן וי אַ שוץ קעגן בייזע ווינטן, קענן פאַרשיקונגען און דעפּאָרטאַציעס. זענען כמעט אַלע קינדער פון עלף יאָר אֶן, געװאָרן אייננעגלידערט אין די רעסאָרטן -- אַלס אַרבעטער,

passage_ad281e9db36e1924bf1bcce8
Passage 2normalized OCR · source chars 972-1316

זיי זענען אויפגעשטאנען פאַרטאָג, מיט דערװאַקסענע צוגלייך, און הונגעריקערהייט פאַרברענגט זייערע יוננע טעג ביי די רוישנדיקע מאַשינען. אַ טייל פון זיי האָבן געלערנט אַלערלײ שווערע פאַכן, װאָס האָבן אָפט נישט נעפּאַסט צו זייער עלטער און כוחות. די דאָזיקע שקלאַפערישע קינדער- הענטלעך פלעגן אַרויסגעבן אַ גרויסע פּראָדוקציע פאַר אַ נאָר קליינעם לוין.

passage_9b754b7885a7ce6dabf20080
Passage 3normalized OCR · source chars 1318-2437

אין אייניקע גרעסערע רעסאָרטן זענען נלייכצייטיק אַרײנ- נעשיקט געװאָרן פון שול-ראַט אַלס דערציער פאַר די יוננט- לעכע די אַמאָליקע לערער, וועלכע האָבן פאַרלוירן זייערע פּאָסטנס (ווען די דייטשע מאַכט האָט באַפױלן צו שליסן אלע שולן אין נגעטאָ). די דאָזיקע לערער פלעגן באַקומען אַ לייכ- טערע אַרבעט אין רעסאָרט און אין דער זעלבער צייט געהאַט אַן אויפנאַכע צו פירן אַ דערציערישע אַרבעט צװישן די יוגנטלעכע; צו פאַרטיידיקן די אינטערעסן פון די דאָזיקע יונגע קינדער, װאָס האָבן געשמאַכט ביי רי מאַשינען נאַנצע טעג צוזאַמען מיט דערװאַקסענע, װוּ זיי האָבן זיך אָפט צו- געהערט פאַרשידענע אומגעווונטשענע רייד. זיי האָבן אויך געהאַט זייער אויפנאַבע צו סעמפן קעגן דעמאָראַליזאַציע -- קענן האַנדל-אויסבייט, װוּ די יוננטלעכע זענען אָפּטמאָל אויס- גענוצט און אָפּגענאַרט געװאָרן פון די עלטערע --- און נלייב- צייטיק אויך צו אינספּירירן, אַז די קינדער זאָלן זיך צונע- װווינען צו לייענען ביכער און אין נעהיים זיך עפּעס צו לערנען. געווען אייניקע אָנפירער פון רעסאָרטן, וועלכע האָבן דערלויבט אין זײיערע לאָקאַלן צו פירן אַ ברייט-פאַרצוויינטע קולטור-טעטיקייט צװוישן יוגנטלעכע, און אַפילו אונטער- שטיצט די דאָזיקע אַרבעט מאָראַליש און מאַטעריעל,

passage_7d8f5923da6c19ad3131051a
Passage 4normalized OCR · source chars 2439-3538

ס'האָבן זיך אויך געפונען אין נעטאָ אייניקע ענטוזיאַסטן, טרוימער מיט ווייט לויפנדיקע פּלענער. איינעם אַזעלכן: משח מאַרקעװיטש, איז געלוננען ביי גלאַזערן אין שניידער-רעסאָרט אויף דער דװאָרסקע גאָס, צונויפנרופּירן עטלעכע הונדערט באַנאַבטע יוננטלעכע און שאַפן באַדיננוננען פאַר אַ דראַם- קרייז, וועלכער האָט נעגעבן עטלעכע זייער געלונגענע פאָר- שטעלונגען; אַן אָפּטײלונג פאַר מאָלעריי; אַ נרופּע פאַר ריט- מישע און פּלאַסטישע טענץ; אַ ליטעראַרישן קריין און אַ כאָר. דער כאָר איזן איינשטודירט געװאָרן דורך אַ יידיש- טשעכישן דירינענט, פּראָפּעסאָר קורט בער און אין אויםנע- טראָטן מיט אייניקע קאַנצערטן פון פאָלקס-לידער, וי אויך די ניינטע סימפאָניע (אָן אָרקעסטער), צ צוליב הונגער, עפּידעמיעס און אויסזידלונגען, אין ווי- דער געשטיגן די צאָל עלנדע יתומים (הונדערט יתומים- קינדער פון מאַרישינער קאַלאָניע זענען אָפּנעראַטעוװעט גע- װאָרן בעת דער , שפּערע? דורך עפּעס אַ נס, אין דער לעצטער מינוט פאַרן אַרױיסגעשיקט צו ווערן צו די כעלמנער גאַז- קאַמערן). ס'זענען אַנטשטאַנען נייע יתומים:הייזער, אָנגעפילט מערסטנס מיט יינגלעך. אַ סך יתומים-מיידלעך זענען אַדאָפּ- טירט געװאָרן צווישן די בעסער סיטואירטע משפּחות.

passage_b82e6f9d8d8db1d5ebe3fb56
Passage 5normalized OCR · source chars 3540-4643

מער זאָרג, מער אויפזיכט און אויפמערקזאמקייט איז אויך איצט געשאַנקען געװאָרן די דאָזיקע עלנדע קינדער אין די יתומים-הייזער, װאָס האָבן נעלעבט איצט אין באַקװעמערע און מער היגיענישע באַדינגונגען. צּ מאַרישין איז נאָך דער , שפּערע" באַװױנט געװאָרן מערסטנטייל דורך פּריװאַטע משפּחות, און מיר אין ווידער באַשערט געווען צו אַרבעטן צווישן קינדער. דאָס מאָל אַלס לערערין. (איך האָב אין געטאָ דורכנעמאַכט אַ לערער-סעמי- נאַר). | צוזאַמען מיט דער פרוי וייקסלפיש, געוועזענע דירעק- טאָרין פון דער יידישער גימנאַזיע אין נעטאָ, האָב איך אִנ- געפירט אין מאַרישין מיט אַ צענטער פאַר קינדער -- אין עלטער פון דריי ביז עלף יאָר, דער דאָזיקער לערן-אַנשטאַלט -- װאָס האָט אויך גלייכ- צייטיק געדינט אַלס טאָג-היים פאַר קינדער, וועמענס עלטערן ס'האָבן געאַרבעט אין די אַרומיקע רעסאָרטן -- שוסטער, שניידער און שטרוי-רעסאָרט -- איז אָפְן געווען זעקס טענ אין דער ואָך, פון זיבן אַזיינער אינדערפרי ביז האַלב זיבן פאַרנאַכט, אויך די קינדער פון אונדזער צענטער זענען געווען רע- גיסטרירט אין אַ רעסאָרט (שוסטער-רעסאָרט) אַלס אַן ,אַר- בעטנדיקער עלעמענט" און כ'פלעג פאַר זיי אַרויסקריגן פון דאָרט די קופּאָנען אויף זופּן-צוטיילוננען.

passage_cb943b7d0c37690a81cd4f58
Passage 6normalized OCR · source chars 4645-5005

האַרט נעבן דער מויער פון בית-עולם אין געשטאַנען אַמאָל אַ נידעריק הילצערן הייזל -- פון עטלעכע צימערלעך --- דאָרט וװוּ רומקאָווסקי פלענט די ערשטע צייטן, אייננ- הענטיק געבן חופּה-וקדושין צו יוננע פּאָרלעך, װאָס האָבן זיך געגרייט אין לעבן אַריין. איז דאָס זעלבע הייז? מיטן נידעריקן דאַך פאַרװאַנדלט נעװאָרן אין אַ צענטער פאַר די קינדער פון מאַרישין און אומנגעננט.

passage_7c480a795e9981d4e5fc69f2