Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 135
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-969

ידיש לאָדוש 111 קינדער אויף זייער לעצטן וװענ אין דער הויפּט-שטוב, אין אַ ווינק?, אין נאָך אַלץ גע- שטאַנען די זעלבע רויטע, זיידענע חופּה -- באַפּוצט מיט גאָלדענע פראַנדזן -- אויף פיר חופּה-שטאַנגען, און קליינע מיידעלעך און ייננגלעך האָבן בעת די איבערייסן אונטער דער שיינער רויטער חופּה זיך איצט נעשפּילט אין חתך-כלה. זיי האָבן פון לאַננע גראָזן קליינע רינגעלעך אויסגעפלאָכטן, נאַי ווערהייט געטאַנצט, געזונגען װוי אויף א חתונה. ווידער האָט אין מאַרישין זיך געטראָגן ס'געזאַנג פון יירישע קינדער --- אַ יידיש געזאַנג אין געטאָ -- װאָס האָט זיך נלייך אויסגעמישט מיטן טרויער און געוויין פון נאָר נאָענטן בית-עולם. די סאַמע לעצטע פייערוננ, ואָס כ'האָב איינגעאָררנט אינעם קינדער-צענטער פון מאַרישין, אין אױיסגעפאַלן דעם 4טן מאַי 1944 -- אינעם , טאָנ פון מוטער". איבער געטאָ-ערד זענען שוין געהאָנגען אױסגעשפּרײטע, שװער-אַנגעלאָדענע, טונקעלע כמאַרעס, וען קינדער האָבן צום לעצטן מאָל געפייערט דעם יום-טוב פון , מוטער" און צום לעצטן מאָלֿ געזונגען דאָרט דאָס יידישע ווינ-ליר:

passage_36b2634842f69b84afc0c363
Passage 2normalized OCR · source chars 971-1732

,איידלו, לו-לודלי, / איידלו-לו-לן- פן װווי? איז דעם, װאָס האָט אַ מאַמען, און אַ וינעלע דערצו "... ס'האָט לאַנג נישט געדויערט, און ס'איז אויף לאָדזשער ערד נישט געווען סקיין יידישע סמאַמע, קיין יידיש קינד, און אַ ווינעלע פאַר יידישע קינדער איזן אויך מער נישט נע- שטאַנען... צּ אויפן אוישוויצער זאַמדיקן וועג?ל, סוף אוינוסט 1944, האָב איך זיי נעזען צום לעצטן מאָל --- די לעצטע לאָדזשער יירישע קינדער. ביי דער זייט פון זייערע מאַמעס, זענען זיי גענאַנגען -- ציטערדיקע, דערשראָקענע, מיט שווערע אומע- טיקע טריטלעך, אין איין הענט? אַ ליאַלקע, און דאָס צווייטע --- איינגעקלאַמערט אין דער מאַמעס האַנט. באַואַכט דורך עס-עס., האָב איך זיי נעזען , דאָרט" אַהינפירן... מער האָב איך שוֹין נאָרנישט נעזען פאַר מיינע אוינן, נאָר די געדיכטע, שװאַרצע קנוילן אוישוויצער רויך..

passage_cb68521e379ed4ea6f2cd44b