Original scan
Original memorial-book scan 137
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-976

ײ דיש ל אָד ז ש 13 וע יע 1 על .במ = הא יע על טיט יי יי יי יי יע ייו אט 2 יע די ציוניסטן האָבן נגעלערנם העברעיש, פּאַלעסטינאַנראַ- פיע און נעשיכטע. עס זענען דורכגעפירט געװאָרן הערצל- ביאליק אַקאַדעמיעס און פייערונגען צום אָנדענק פון זשאַבאָ- טינסקין. ביים , בונד" האָט מען נעהאַלטן פאָרלעזונגען איבער יידישע און אלנעמיינע ליטעראטור, דורכגעפירט א פּרץ אַקאַ- דעמיע, א שלום-עליכם פייערוננ און דערמאַנט בונדישע יום-טובים. די אלע אימפּרעזעס האָבן צוגעצוינן גרויסע טיילן פון דער געטאָ-באַפעלקערונג, וועלכע זענען געקומען קויקן זיך מיט א ביס? גייסטיק-לעבן, די קיבוצים זענען מיט דער צייט אױיסגעװואָקסן צו א זעלבשטענדיק געזעלשאַפטלעכן כוח און דאָס האָט רומקאָווסקי נישט געקענט פארטראָנן. זיין אידיי איז געווען אונטערצוווארפן זיי דער געטאָ-פּאָליצײי און שאַפן פון די קיבוצים ארבעטסקאָלומנעס. פארשטייט זיך, אז די אָנפירונגען האָבן נישט געװאָלט אויף דעם איינגיין און אין מערץ 1941 זענען די אלע אַנראַר-פּונקטן דורך רומקאָווסקין ליקווידירט געװאָרן. קולטור און װיסנשאַפּטלעכע געזעלשאַפטן

passage_b5866551ad84876acd5c5301
Passage 2normalized OCR · source chars 978-1920

שוין אין אָקטאָבער 1940 ארנאניזירט זיך די ,יידישע קולטור געזעלשאַפט" איניצירט דורך די טוער פון , בונד", ;אָרט", , נגעזעלשאַפט פריינד פון ייװאָ" און א גרופּע שרייבער און קינסטלער, זייער הויפּט-אױיפנאבע איז געװען צו פירן א קולטור-אַרכעט אויף יידיש, דורך גרינדן א , פאָלקס:אוני- ווערסיטעט", רעפערענטן-קרייזן, יידיש-קורסן פאר לערער און דערװואַקסענע, דראמקרייזן א. א. שוין דעם זעלבן אָקטאָבער קומט פאָר די ערשטע אונ- טערנעמונג, מיט א רעפעראַט פון שרייבער מ. װאָלמאַן; שפּעטער אַ קולטור-אַקאַדעמיע מיט דער באַטײליקונג פון אויפנגעלעבטן , קולטור-לינע" כאָר; דראַמקרײז: , אַװאַנגאַרר", די אונטערנעמונגען זענען איבערנעחזרט געװאָרן פיל מאָל, די לעצטע אונטערנעמונג איז פאָרגעקומען אין א קאַלטן, נישט געהייצטן זאַל, װוּ עס האָבן געלייענט זייערע שאַפונגען די שרייבער א. האָפּמאַן, יאַכימאָװיטש, שאַיעװויטש, װאָלמאַן, פּאַטשאָרעק און זעליקאָוויטש. די קעגנערשאַפט פון רומקאָווסקין צו יעדן זעלבשטענ- דיקן געדאַנק האָט אויך צו דער געזעלשאַפט א סוף געמאַכט.

passage_3d2f3f5ebc0bcb1c080f322e
Passage 3normalized OCR · source chars 1922-2806

עס איז אויך א צייט טעטיק געװוען א ויסנשאַפט- געזעלשאַפט, אָרנאַניזירט דורך דאָקטוירים און אינזשיניערן. די דאָקטוירים האָבן איינגעאָרדנט פאָרלעזוננען וועגן די אמ" מייסטן פארשפּרייטע קראַנקהייטן אין געטאָ. ביי די אינזשי" ניערן האָבן מען געלייענט לעקציעס ווענן פיזיק, בעמיע, ביאָ- לאָגיע און אַנדערע נאַטור-װיסגשאַפטן. פּלאַסטישע קונסט אין געטאָ זענען אריין א רייע באַװוּסטע מאָלער און סקולפּטאָרן װוי מ. טרעמבאַטש, י. ברוינער, 0 פּיק, גורעוויטש, בזשעזשינסקי און אנדערע. די דאָזיקע קינסטלער האָבן נעמאָלן און געפאָרעמט בי?- דער און טיפּן פון געטאָ-לעבן. עס האָבן זיך אָפּנעפונען א רייע לייוונטן און שניצערייען, וועלכע שפּיגלען אִפּ די טראַגיק פון יענע צייטן, אין זומער 1940 איז פאָרגעקומען זייער בילדער-אויס- שטעלונג, באַזוכט פון איבער 20.000 פּערזאָן. די פאָלקס-יידן פון באַלוט און די אריינגעקומענע האָבן נעשטראָמט אין משך פון 6 װאָכן צו דער אויסשטעלונג און געהאט אן עסטעטישן נענוס.

passage_821a96b55c7b87d5169733b7
Passage 4normalized OCR · source chars 2808-3849

רומקאָווסקי האָט געװאָלט, אזן די דאָזיקע קינסטלער זאָלן זיך אונטערװאַרפן זיין באַפעל און ווען י. ברוינער האָט צונעשטעלט פאר רומקאָווסקין א סקיצע פארן געטאַָיגעלט װאָס האָט פאָרנעשטעלט א ייד, געשמידט אין קייטן, וועלכער רייסט זיך צו דער זון, האָט דער געטאָ-קעניג אים געװאָלט פון נעטאָ ארויסשיקן, און ברוינער האָט זיך געמוזט א לענ- גערע צייט אויסבאַהאַלטן. פילהאַרמאַנישער אָרקעפטער צוזאמען מיט אַלע יידן זענען אין נעטאָ ארייננעקומען א ריי באַקאַנטע מוזיקער, װוי: דער דירינענט פון לאָרזשער שטאָטישן פילהאַרמאָנישן אָרקעסטער טעאָדאָר רידער, די שוין דעמאָלט באַרימטע פידלערין בראָניסלאַװאַ ראַָטשטאַדט, דער דירינענט דאָרנאָזשאַנסקי, נרודער קאַנטאָר, פרייליך, מעלאָ- דיסט געשוועסטער-ברודער טויך און 26 מיטנלידער פון אמאָ- ליקן לאָדזשער פילהאַרמאָנישן אָרקעסטער. צו די דערמאַנטע מוזיקער זענען שפּעטער צונעקומען וועלט-בארימטע מוזיקער פון צװוישן די אריינגעבראכטע פון מערב, וי פּיאניסט פּראָפּ. קורט בער, דרי סורט, דער פידלער ווייגבוים, קראַפט, דער זיננער רודאָלף בראַנדעל, און זיין פרוי לילי בראַנדעל, דער פּיאַניסט ל. בירקענפעלד און נאָך אַנדערע.

passage_26ffaa3f5b1b0b1c37342e4e
Passage 5normalized OCR · source chars 3851-4726

די אלע מוזיקער מיט טעאָדאָר רידער בראש האָבן שפּע- טער געשאַפן דעם פילהאַרמאָנישן אָרקעסטער אין געטאָ, װאָס איז איינע פון די אינטערעסאַנטסטע קאַפּיטלעך פון קולטור- לֶעבן אין געטאָ. | אין אֶנהוֹיב זענען די קאָנצערטן פאָרגעקומען זייער אָפט -- ביז ענדע 1941 ארום 100 קאָנצערטן, שפּעטער -- בין צו זיין ליקװידאַציע --- יעדן מיטװאָך. מען האָט געשפּילט קלאַסישע מוזיק און אויך געגעבן קאָנצערטן פון לייכטערע מוזיק, יירישע פאָלקס-מוזיק און חסירישע מאָטיוון. אין אָנפאַנג 1944 האָבן די דייטשן קאָנפיסקירט אלע מוזיק-אינסטרומענטן אין געטאָ און דער אַרקעסטער האָט אויפגעהערט צו עקזיסטירן, כ אָר שוין אין ערשטן יאָר פון געטאָ האָט אָנגעהויבן צו פונק" ציאָנירן דער אַמאָליקער פּאָפּולערער כאָר פון , הזמיר" אונטער דער פייטונג פון דארגאָזשאַנסקי מיט דער באַטײליקונג פון 75 פּערזאָן. דער כאָר האָט אָננעהאַלטן ביז מערץ 1941 און זיך ליקווידירט ווען א גרויסער טייל איז געװאָרן דעפּאָרטירט.

passage_ed0404b21443a47356d90da7