Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 143
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-983

יידיש לאָווש 139 אבכברהם בידערמאן מען מוז נישט פאַרלירן די מענטשלעכקייט *) מיינע געדאַנקען טראָגן זיך אריבער אין דער וועלט פון מיין פארגאנגענהייט, הינטער דראָטן פארצוימט, פון אלעמען פארגעסן, ארומנע- רינגלט מיט א שווייננדיקער, בלינדער און טויבער ועלט, די ווייגעשרייען פון לאָדזשער נעטאָ, פינף יאָר צייט, ווער האָט דאָס נעהערט? און ווער קאָן דאָס שילדערן דעם טייװולאָנישן קאַראַהאָד מיטן טויט, ווען א לעב? ברויט איז טייערער געווען פון א מענטשלעך לעבן, װוּ א קאַרטאָפל אין געװוען דער חלום פון פארשמאַכטע, אוױיסגעדאַרטע און פארהונגערטע קינדער? אין דעם טיפן פינצטערן אָפּנרונט פון טאָגיטעגלעכן קאַמף פארן ביס? לעבן האָבן פונדעסטועגן זיך ארויסגעהויבן מענטשן, וועלכע האָבן מיט באַשײידנקייט און ווירדע געטראָגן דאָס שיינע און גרויסע, װאָס האָט אין זייער שפּראך געהייסן: נישט פארשעמען דעם נאָמען ייר, שמעון האָט שווייגנדיק געטראָגן אויף זיינע געבוינענע פּלייצעס דעם יאָך פון א געטאָדײיד. יעדע טאָט און יעדעס װאָרט האָט ביי אים געמוזט זיין אמת. ער האָט באַלד אנדערש נישט פאַרשטאַנען.

passage_5c0212ffa232306f4dfc2301
Passage 2normalized OCR · source chars 985-2013

זיין זון האָט באקומען דאָס גרויסע גליק; צו זיין א פֹּאַ- ליציאַנט פון דער זאָנדער-קאָמאַנדאָ. עס אין געווען א גליק און א ברכה נישט בלויז פאר אים, נאָר אויך פאר זיין גאַנ- צער משפּחה: זאָט וערן! זיין באשיצט און בלייבן לעבן! זיין אן אויסדערוויילטער -- אזא גליק האָט געטראָפן נאָך א קליינע גרופּע יוננטלעכע, וועלכע האָבן באַקומען די מאַטורע אין נעטאָ פון די הענט פון געטאָ-מלך אליין. שמעון איז דאָס געווען דער טאַטע פון דאָזיקן באַגליקטן זון. ווען די גוטע בשורה איז אָננעקומען אין זיין הויז האָט ער נלייך שטילערהייט נעזאָגט: דו ביסט מיין זון און מיין זון װעט דאָס , נליק" נישט נעמען. דו זאָלסט קיין פּאַליציאַנט *) א.ב. האָט אויסגעקליבן א לימערארישע פּטָרם פאר דער דגָויקֶער אמתער פטַסירונג. די רעדאקציע. נישט ווערן. איך האָב נישט קיין רעכט דיר צו שטערן, אָבער דו דאַרפסט וויסן, אז דו האָסט אויסצוקלויבן איינס פון די צוויי --- אָדער דעם טאַטן, אָדער די זאָנדער-קאָמאַנדע. אויב דו ווערסט א פּאַליציאַנט פון דער זאָנדער-קאָמאַנדאָ, זאָלסטו וויסן, ביסטו מער נישט מיין זון. און אויך די שטוב אין וועל- כער איך װווין מוזסטו פארלאָזן.

passage_8b4db9ab6ce9b33ad7afc545
Passage 3normalized OCR · source chars 2015-3165

שווער איז געווען אין די נעטאַיבאַדינגונגען סיי דאָס שטעלן אזא פּראָבלעם צום אויסװאַל, פיי דאָס ענטפערן אויף אים. דאָרט װוּ א קאַרטאָפל איז געווען א חלום--איז א פּאָסטן אין דער זאָנדער-פּאָליציי געווען די העכסטע מרדרנה פון א דערגרייכטן טרוים. שמעון האָט זיין זון נישט פארלוירן. דער נאָמען פון טאָטן און זון, פון ביידן, איז נישט באַפלעקט געװאָרן. שמעון איז מיט זיין פרוי שטאָלץ און רואיק גענאַנגען צו זייער טויט. דער רויך פון אוישוויץ האָט זייערע נשמות ארויפנע- שיקט צו די הימלען. אויך זיין זון איז מיט כבנוד אװעק. אויפן שיס פּלאַץ פון סקאַרזשיסק איז זיין שאַרבן צעשמעטערט געװאָרן פון דייטשע קוילן, אָבער זיין נשמה איז געבליבן ריין, ער האָט דעם שטאָלצן און ערלעכן טאַטן און דעם נאָמען מענטש נישט פארשעמט. געווען זענען שמעונס א סך -- און אויך אזעלכע זין. זיי האָבן דערגרייכט הויכע מדרגות פון מענטשלעכקייט. זייערע נעמען זענען אין ערגעץ נישט אויסגעקריצט, זיי האָבן קיין מעדאַלן און קיין אויסצייכענונגען נישט באַקומען פאר זייערע העלדנטאַטן, , שטיל? נעלעבט און נאָך שטילער גע- שטאָרבן", וויי? די וועלט האָט נעשוויגן און וויל אויך היינט פארנעסן, סיי וועגן דעם מאָרד איבער א פאָלק, סיי ווענן זייער איינענעם שוויינן. מיר אָבער וועלן קיינמאָל נישט פארנעסן !

passage_d53888b0153a9c83a092b652