Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 148
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1154

144 פעליע ראַזענבלום"פּערעלמאַן -- 68 מיידלעך פון לאָרזשער געטאָ די פאַבריק ווו מיר האָבן געאַרבעט, איז געווען אַ שטראָף-לאַנער,. אַהער האָט מען נע- שיקט דייטשע יידן --- פרויען און מענער -- איינוווינער פון מינכען, וועלכע האָבן געטראָגן די געלע לאַטע. ווייזט אויס, אַז זיי זענען געווען פאַר- מענלעכע מענטשן, וויי? צו דער אַרבעט זענען זיי געקומען אין פּעלץ-מאַנטלען, ויי? קיין אַנדער קליידונג האָבן זיי נישט געהאַט. די אינטעלעקטואַלן; דאָקטױירים, אַדװאָקאַטן, דענ- טיסטן האָט מען באַשטימט צו אַ ספּעציעלער אַרבעט אין אַ שאָפּע, אױיפצופּלאָנטערן שטרוי- שטריק, מיט וועלכער מען האָט איינגעבונדן די פּעקלעך פלאַקס. געוווינט האָבן זיי נאָך דאַן אין זייערע איינענע וווינונגען אין שטאָט. די דייטשע יידן האָבן אונדז געהאָלפן. ווען אונ- דזער קליידונג, מיטגעבראַכט פון לאָדזשער געטאָ האָט זיך אָפּנעטראָגן, צעריסן ביי דער אַרנעט -- האָט די מינכענער קהילה אונדז באַזאָרגט מיט קליידונג און װאַרעמע בעטגע- װאַנט אויף ווינטער, פון אֶנהוֹיב האָבן די דייטשע יידן זיך געהאַלטן פונדערווייטנס, פרעמד, אָבער שפּע- טער האָבן זיי געענדערט זייער באַציאונג צו אונדז. מיר האָבן נעגעסן אין דער זעלבער קיך, און זיך גע- פילט וי איין פאַמיליע. פרייטיק האָבן זיי אַפילן געצונדן ליכט.

passage_300a7aa734c83775d4eecea7
Passage 2normalized OCR · source chars 1156-2108

צוליב די דייטשע יידן איז אויך דאָס עסן געווען בעסער. ארום 1942, האָט מען אונדזער גרופּע פון 08 מיידלעך איבערגעשיקט קיין אונסבורג, אין אַן אַמוניציע פאַבריק. צוליב דער אַרכיטעקטור פון דער פאבריק -- האָט מען זי אָנגערופן; נלאָזדפּאַלאַץ,. מיר האָבן אױיסגעאַרבעט מיניאַטור- טיילן, אויף וועלכער מען האָט נעמוזט קוקן מיט א פארגרע- סער-נלאָז, און האַלטן עס מיט אַ פּינצעט, עס איז געווען די ערשטע פאבריק, װוּ מען האָט זיך צו אונדז באצוינגן װוי צו מענטשן, טראָץ דעם, ואָס ארום אונדז האָבן געאַרבעט דייטשן. דאָס זענען געווען ציווילע דייטשן, אינזשיניערן, וועלכע מען האָט צוריקגעשיקט פון פראָנט אָדער אויסגעבראקירט פון מיליטער. זיי זענען געווען אייד? אין זייער באַנעמונג צו אונדז. דאָס עסן, װאָס מיר האָבן מיטגעבראכט צו דער אַרבעט, איז באַשטאַנען פון צוויי שטיקלעך ברויט, און אָפּנעקאַכטע קאַרטאָפל, וועלכע מיר האָבן צעשניטן אין פּליטשן, און אריינ- געליינט צווישן ברויט. די דייטשקעס האָבן זיך נישט געקאָנט אָפּװוּנדערן פון ואנען מיר האָבן אזוי פיל קעז צום עסן.

passage_c9d8a53f089c939e9b142201
Passage 3normalized OCR · source chars 2110-2832

צווישן די אַרבעטער איז געווען א דייטשער קאָמוניסט, א שלאָסער, וועלכער האָט ריזיקירט זיין לעבן און זיך געשטעלט מיט אונדז אין קאָנטאַקט. יעדן טאָג פלענט ער נעמען עטלעכע פֹּאָר שיך פון אונדז און צונעקלאַפּט זוילן, צוגענייט, כאָטש מיר האָבן אים דערפּאַר נישט באצאָלט. זיין פרוי פלעגט איינקויפן פאר אונדז טואלעט זאַכן, וועלכע זענען אונדז נויטיק געווען, אָבער וועלכע סיר האָבן אליין נישט געקאַנט קויפן,. דאָס אַלץ אין פאָרגעקומען שטרענג געהיים, אויפן בילד פון לינקס אויף רעכטםס . מאַרילע באָרזשיקאָטװסקע; העגיע באָרקאָװסקאַ; האַנקאַ עלסנער; שפּיגעלבערג (לייטערין פון לאַגער); רעגינע בעסערמאַן; גוטאַ ענגעל; פעליאַ ביודשַ; פֿעליאַ פּערעלמאַן רחזשקע בערעס; העניע דערפלער בלויז מיט צייכנס. מיר פלעגן ערגעץ אוועקלייגן א פּעקל --

passage_1e781cf461ebcc04588a4e48
Passage 4normalized OCR · source chars 2834-3937

ווען די נאַציס האָבן גענומען דורכפירן זייער פּאָליטיק פון מאַכן דייטשלאַנד ,יודען-ריין", איז אונדזער טראַנספּאָרט געווען דער לעצטער, וועלכן מען האָט ארויסגעשיקט פון דייטשלאַנד. מען האָט אונדז געזאַנט -- אַז מיר פאָרן אין אַן אַרבעטס-לאַגער קיין פּוילן. מיר האָבן באַקומען אויפן וועג ברויט און מאַרמעלאַדע. האָבן מיר באַשלאָסן צו זיין זייער שפּאָרעװדיק, וויי? פון אונדזער דערפאַרונג האָבן מיר שוין געװוּסט, אז נאָכן אָנקומען אין א נייעם לאַגער, נעמט עס צייט ביז אַלץ ווערט איינגעאָרדנט, און מען קרינט עפּעס פון דער קיך צום עסן, פון צונן, וועלכע זענען געפאָרן אין דער פאַרקערטער ריכטונג, האָבן דייטשן צו אונדז געמאַכט סימנים -- וועלכע מיר האָבן שפּעטער אויסגעטייטשט -- אז מען פירט אונדז צום טויט -- אָבער לכתחילה האָבן מיר נאָרנישט פאַרשטאַנען און פון נאָרנישט געװװוּסט. דאָס לעצטע יאָר זענען מיר געווען אָפּגנעשניטן פון אַלעם, נישט נעהאט קיין שום קאָנטאַקט מיט יידן, דעריבער האָבן מיר נישט נגעװוונסט װאָס אין פּױלן קומט פאָר, פרילינג 1943 זענען מיר אָנגעקומען קיין אוישוויץ. נישט האָבנדיק קיין אַנונג, װאָס פאַראַ לאַנער דאָס אין. דאָס אין געווען דאָס לעצטע מאָל, װאָס מיר האָבן אונדזער באַנאַזש געזען.

passage_8ba6767e10769a9b7d6f063d
Passage 5normalized OCR · source chars 3939-4172

ביים אריינקומען, האָט יעדער איינער זיך באַמיט אלין אָפּצוהיטן זיין באַנאַזש און פּערזענלעך עס אַװעקנעליינט אויף א ספּעציעלן װאָנן. פון צוג האָט מען אונדז געפירט איבער אַ זאַמדיקע, שטויביקע וויסטעניש. עס אין געווען הייס. עס איז שווער

passage_359c858c1858d4dd5f703caa