Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 149
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1128

יידיש לאָדוש 145 געווען זיך פאָרשטעלן, אז דאָס קען זיין דער צונעזאָגטער אַרבעטס-לאַנגער, די באַגעגנטע מענטשן-סקעלעטן האָבן אונדז אָנגעקוסט מיט ווילדע אויגן, אין ערשטן באַראַק, װוּ מען האָט אונדזן אריינגעפירט, האָט מען אויסטאַטואירט דעם נומער, און צונענומען יעדע פּערזענלעכע קלייניקייט, אין באָד האָט מען אָפּגעשױירן די האָר ביז צום קאָפּ. דאָס האָט דערשיטערט און אָפּגענומען יעדעס געפי? פון זיין א פרוי. ביים אריינגאַנג אין װאַש-זאַל אין נע- שטאַנען א זעלנער און אויף אונדז אַכטונג געגעבן. איך האָב זיך דערפילט מאָראַליש פאַרשעמט און נידערגעשלאָגן. נאָכן באָד האָבן מיר פאַרלוירן אונדזערע פּערזענלעכע קליידונג און אָנשטאָט דעם באַקומען מענער-קאָמבינעזן, וועלכע רוסישע קריגס-געפאַנגענע האָבן פריער געטראָנן, און טיכלעך, וועלכע האָבן זיך נישט געװאָלט האַלטן אויפן נאָלן קאָפּ. ביים ארויסגיין האָט א דייטש מיט רויטע פארב אָנגעצייכנט א צלם סיי פאָרנט און סיי פון הינטן -- אויף אונדזער קליידונג, די אוישוויצער וירקלעכקייט האָט זיך פאר פיר אַנטפּלעקט, פון דאָרט זענען מיר אוועק אויף 6 װאָכן קאַראַנטין. ביז אַהער -- האָבן מיר -- די 08 מיידלעך זיך געהאַלטן צוזאַמען. פון קאַראַנטין האָט מען אונדז צעשיקט איבער פאַרשידענע באַראַקן.

passage_4ec6ddfb2b0d974622b692b4
Passage 2normalized OCR · source chars 1130-1992

מיך האָט מען צונעטיילט אויף ארבעט אויפן לאַנער: ;אוױיסנקאָמאַנדע 104". אונדז האָבן באַנלייט ס.ס,-לייט מיט הינט. די ס.ס.-לייט האָבן אויך אױפנעפּאַסט אויף אונדזער אַרבעט, װאָס איז באַשטאַנען פון טראָנן שטיינער פון איין אָרט אויפן צווייטן, אָן אַ ציל, בלויז כדי אונדז צו פּייניקן. גייענדיק צו דער אַרבעט, האָבן מיר אויפן וועג געזען די קוי- מענס רויכערן זיך טאָג און נאכט. סיר האָבן שוין געװווסט װאָס דאָ קומט פאָר. אין לאַגער איז אױיסנעבראָכן א פלעק-טיפוס עפּידעמיע, וועלכע האָט מיך אויך פאַרכאַפּט. איך בין ערשט געווען דריי חדשים אין אוישוויץ,. קריגנדיק שטאַרקע היץ, האָב איך זיך אליין דערשלעפּט אין רעוויר אריין. קיין מעדיצין צו היילן איזן נישט געווען. מען האָט מיך געלייגט אין א בעט מיט א מיידל, װאָס איז קראַנק געווען אויף דיזענטעריע. אין דעם רעוויר זענען נעלעגן מער וי 1000 פרויען, פארנאַנדערגעלייגט אין 4 פּאַלאַטן,. איך האָב געהאט איין װוונטש: צו שטאַרבן...

passage_44128f591ddd72a9bdf0b498
Passage 3normalized OCR · source chars 1994-3179

עס איז פאָרגעקומען א סעלעקציע. איך בין איבערהויפּט נישט אראָפּ פון בעט צו דער סעלעקציע און דאָס האָט באַדייט, אז איך בין פארמשפּט צום טויט. ביי דעם אלעם בין איך געווען ביים פולן באַװוּסטזיין, און געװװווּסט, װאָס אַרום מיר טוט זיך. מען האָט נגעטיילט ברויט, האָב איך זיך איבערנע- דעקט איבערן קאָפּ, מען זאָל מיך נישט זען, און אויסמיידן. ליננדיק אין בעט, האָב איך מיין קערפּער נישט נעפילט. ער אין געווען לייכט, און מיינע געדאַנקען זענען געווען וייט פון דאַנען. איך האָב געהערט באַן-רעדער רוישן, און מען רופט מיין נאָמען... איך בין געווען אין אַן אַנדער וועלט,.. צו מיין איבעראַשונג האָב איך זיך אויפנעכאַפּט אינדער- פרי און דערזען מיין חברטע פעלע האַמער (היינט הערשבערג --- וווינט אין סידנעי) וי זי איז געשטאַנען איבער מיר מיט פאַרוויינטע אויגן; --- דו געפינסט זיך דאָ? דו ביזט דאָך פאַרשריבן אין קרעמאַטאָריום אריין. איך וװועל דיך נישט לאָזן שטאַרבן. דו ביזט צו יונג ! -- גיין --- האָב איך זיך ביי איר געבעטן -- לאָז מיך בעסער דאָ שטאַרבן, גיי אַװועק. דאָס האָבן געהערט אַנדערע פרויען, װאָס זענען געלעגן נעבן מיר. איינע פון זיי, מאַריע קליינערמאַן, פון אונדזער טראַנספּאָרט האָט גענומען שרייען: --- פארװאָס ווילסטו ראַטעװען בלויז פעלען? איך האָב אויך א רעכט צום לעבן. ראטעווע מיך !

passage_51c58b71189535461304b1d1
Passage 4normalized OCR · source chars 3181-4082

פעלע האַמער איז געווען וי א מאַמע איבערגעגעבן צו די קראַנקע, און זיך נישט גערעכנט מיט שועריקייטן, כאָטש זי אליין איז געווען א יונג מיידל. זי האָט נישט נאָר די לעבע- דיקע, נאָר אפילו די טויטע ארומנעװאַשן, כאָטש דאָס אין נישט געווען פארפליכטעט לויט די פאָרשריפטן, מען האָט די טויטע בלויז געדאַרפט ארויסלייגן אין דרויסן, פארן רעוויר, פעלע איז געווען די פלענערין פון רעוויר, א פלייסיקע אַרבעטערין און געהאַט אָנזען ביי אלעמען. זי איז אוועק צום לאַגער-קאַמענדאַנט העסלער, און ביי אים געפּועלט ער זאָל איר שוועסטער (מיך האָט זי פאָרגעשטעלט וי איר שוועסטער) אויסשטרייכן פון דער רשימה. פון דער סעלעקציע האָט זי מיך געראַטעװעט, װאַסער אין אוישוויץ -- איז נגעווען א זעלטענע זאַך. מען האָט עס נעקראָנן נאָר ביינאכט, און דאָס אויך נישט גענונ. פעלע האָם מיך ארומגעװואַשן מיט טיי און אָנגעטאָן אַ פּאַסיאַק --- דעם מונדיר וועלכן די פלענערינס האָבן געטראָנן, מיין חברטע האָט זיך באמיט איך זאָל קומען צו די כוחות.

passage_6523a3cf20412671574187ce
Passage 5normalized OCR · source chars 4084-4997

ביי נייע סעלעקציעס האָב איך זיך געהאַלטן צווישן די פלעגערינס, וועלכע זענען אונטער די סעלעקציעס נישט ארונ" טערגעפאלן, אין רעוויר, ווען מען האָט די קראַנקע געלייגט אין די װאָגנס, אוועקצופירן -- האָבן א טייל פארשטאַנען, אז דאָס איז זייער לעצטער וועג. זיי האָבן ספּאַזמירט, געוויינט, גערופן הילף... איך בין צוריקנעקומען אין לאַגער, וייל אין שפּיטאָל האָב איך נישט געקאָנט בלייבן לענגער, עס איז דאָרט אָן מיר געווען גענוג פּערסאָנאַל. די מיידלעך פון אונדזער טראַנספּאָרט האָבן מיך אויפנענומען וי כ'װואָלט צוריקגעקומען פון יענער וועלט. זיי האָבן זיך באַמיט מיר צו העלפן, מיט װאָס נאָר מעגלעך. ביסלעכווייז בין איך נגעזונט געװאָרן. אין דייטשלאַנד, אין א לאַנער נישט ווייט פון ראַווענסברוס בין איך באַפרייט נעװאָרן אין מאי 1949 דורך די רוסן. אין יוני בין איך שוין געווען צוריק אין לאָדזש. אָבער קיינעם פון מיינע נאָענטסטע מער נישט געטראָפן. פון די 68 מיידלעך פון אונדזער טראַנספּאָרט זענען ארום 9 מיידלעך נעבליבן לעבן.

passage_dd31a663dec433236835e530