Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 150
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-60

1486 יידיש לאָדזש חת.- בערכין אַ ייד אין לאַדזשער נעמאַ...

passage_05bd74169502399ea53e243b
Passage 2normalized OCR · source chars 62-1632

געוווינט האָב איך אין לאָדזש, צוזאמען מיט מיין פרוי און קינד אויף נאַרוטאָװיטשאַ 80. (סמיין פרוי האָט נעשטאַמט פון דער משפּחה שטראוך). אויפן זעלבן הויף האָט אויך געוווינט אַדוו. מנשה מיט זיין פּאַמיליע. נעשטאמט האָט ער פון גאַליצישן שטעטל: יאַסלאָ. ווען די מלחמה איז אױיסגעבראָכן איז אַדוו. מנשה אריינ- געקומען צו מיר כדי זיך צו באַראַטן וענן דעם אופן פון פאַרזאָרגן אונדזערע משפּחות מיט שפּייז. איך האָב פאָרגע- ליינט מיר זאָלן קויפן שטאָף, איך -- װי א שניידער ועפ פון דעם שטאָף אויפנייען הויזן, מאַרינארקעס און מירן עס שפּעטער אויסטוישן ביי פּוערים אויף פּראָדוקטן. אזוי ארום האָנן מיר זיך נענטער באפריינדעט. | נאָך דעם, װי די דייטשן האָבן צעשאָסן דעם קהילה-ראַט, האָט א גרופּע פון אָנגעזעענע געזעלשאַפטלעכע טוער באַשלאָסן צו גיין מיט אַ דעלענאַציע צום קריגס-נובערנאַטאָר פון לאָדזש, כדי קלאָר צו מאַכן די לאַנע פון די יידן. צװישן דער דעלע- גאַציע איז אויך געווען אַדוו. מנשה, און פון אים האָב איך געװווסט וועגן די אַלֶע באַראַטונגען און באשלוסן, די דעלע- נאַציע האָט אויך באַשטימט מיטצונעמען רומקאָווסקין, װועל- כער האָט אויסגעזען בכבוריק מיט זיינע לאַנגע, גרויע האָר, זיי האָבן מיט אים אָפּגערעדט, אז ער װועט זיצן רואיק בשעת די געשפּרעכן. די דעלענאַציע איז באַשטאַנען פון א מאַן 20. דער שטאָט-נובערנאַטאָר, וועלכע האָט געהאַט אייגענע פּלע- נער בנונע דרי יידן, האָט דערזעענדיק די דעלעגאַציע, אויסנערופן: --- ווער איז דאָ דער עלטעסטער? װאַרשײינלעך האָט זיך קיינער נישט געכאפּט, וועגן װאָס עס האַנדלט זיך, און אָנגעוויזן אויף רומקאָווסקין, װי דעם עלטסטן צווישן די דעלעגאַטן, דער גובערנאַטאָר האָט דאַן אלעמען באַפוילן צו גיין אהיים, און צו רומקאָווסקין האָט ער געזאָגט:

passage_12667b198734d7258a5f959b
Passage 3normalized OCR · source chars 1633-2243

--- דו וועסט זיין דער עלטעסטער דער יודען! ווען אַדוו. מנשה איז צוריקגעקומען אהיים, האָט ער זיף גענומען רייסן די האָר פון קאָפּ, אַזש בלוט איז גערונען: -- מיר האָבן זיך אומגליקלעך געמאַכט, מיט דעם װאָס מיר האָבן ארויסגעשטעלט דעם אידיאָט רומקאָווסקי. װאָס וועט אַצינד זיין? נישט קענענדיק שלום מאַכן מיט דעם װאָס איז געשען, האָט אַדװאָקאַט מנשה צוזאמען מיט זיין פאַמיליע פאַרלאָזט לאָדזש, און זיך אומגעקערט קיין יאַסלאָ. א צייט שפּעטער, אויף א באַראַטונג אין געטאָ, האָט רומקאָווסקי צו אונדז געזאָגט : יירן, זאָרגט אייך נישט. איך על אייך ארויספירן פון געטאָ, װי משה רבינו האָט ארויסגעפירט די יידן פון מצרים, צּ

passage_1ca27aae7c50230ea0efe4ac
Passage 4normalized OCR · source chars 2245-3332

די ערשטע צוויי שניידער-רעסאָרטן אין נעטאָ זענען פאַר- לייגט געװאָרן אויף יאַקובאַ 16 (װוּ עס איז פריער געוען אַ קאַשע-מיל) און יאַקובאַ 14, וי אַ באַקאַנטער פאַכמאַן, בין איך באשטימט געװאָרן אלס מייסטער. איך האָב דאַן צונע- צויגן אַלס אינסטרוקטאָר דעם שניידער װינגאַרטן, פון נאַרו- טאָוויטשאַ 7, די פּרעסערס אין די װאַרשטאַטן האָבן געהערט צו די לינקע פּארטייען. איין טאָנ האָבן זיי זיך אֶרנאַניזירט און ארויסגעשטעלט די פאָדערונג פון אַן עקסטרא זופּ, צוליב דעם װאָס די פּרעס-אייזנס ווערן אָננעגלִיט מיט קוילן און פאר- שפּרייטן אַ טשאַד, איז שווער צו אַרבעטן, פּאַליצײײקאָמיסאַר (פון דער יידישער פּאַליציי) איז דאָרט געװוען א געוויסער ביאַלע, אַ קליין מענטשל? (אומגעפער אַ 8 פוס הויך). ער אין שטאַרק אויפגעבראַכט געװאָרן פון דער דאָזיקער פאָדערונג און זי נלייך אָפּנעװאָרפן. וי דער מייסטער, האָב איך זיך דאַן צו אים געװאַנדן, און אויפגעקלערט די שווערע לאַגע פון די פּרעסער. ער האָט מיר גענומען דראָען מיט אַרעסט, אפילו מיט שלאָנן. הערנדיק די דראָונגען פון פּאַליציייקאָמיסאַר, האָבן די רעסאָרטן פאַרשטרייקט. אָנגעפירט מיטן שטרייק האָט אַ יונגערמאַן, וועלכן אַלע האָבן גערופן;: חבר פייוול.,

passage_6ff174ec88878a1f8dc6b8af
Passage 5normalized OCR · source chars 3334-3965

באַלד איז אין די רעסאָרטן (יאַקובאַ 16-14) אַראָפּנעקומען חיים פּאַקין, יאַקובאָוויטש און רומקאָווסקי. נאָך עטלעכע שעה איז דער שטרייק פארענדיקט געװאָרן לטובת די פּרעסער. דעם פּאַליציייקאָמיסאַר ביאַלע האָט מען איבערגעפירט אויף א צווייטן אָרט. צּ ווען עס זענען קלאָר נעװאָרן די פּלענער פון די דייטשן לנבי קינדער (נאָכן ליקווידירן דעם שפּיטאָל אויף לאנעוו" ניצקע 26), האָבן זיך עלטערן געריסן ממש צום מעלדונגס- אמט אויף קאשטשעלנע, און ס'איז א טייל געלונגען איבער- צומאַכן דעם עלטער פון זייערע קינדער פון 8 אויף 10 יאָריקע. די דאָזיקע קינדער זענען אריינגעקומען וי אַרבעטער אין אונדזער רעסאָרט, עס איז אויך באשטימט געװאָרן אלס אדמי-

passage_9d1fbfadd23dd3eeca3b3a8d