ח. בערמיץ -- א ייד אין לאָדזשער נעטאַ... 147 שווסטער-רעסאָרט אין געטאָ ניסטראַטאָר קאזשימיערסקי, וויי? זיין פרוי איז דערצצויגן געװאָרן אין קינדערהיים - הו רוסמקאָווסקי איז געווען פאַרװאַלטער. איך האָב שוין דאַן געאַרבעט אויף פאַנעווניצקע 20, אין געהיים האָב איך איינגעאַרדנט א קליינעם װאַרשטאַט אויפן דריטן שטאָק, מיט צוויי מאַשינען, א טיש און א פּרע- סער. דאָ האָבן עטלעכע שניידער געהאט די מעגלעכקייט צו מאַכן פּריואַט-אַרבעט. זיי האָבן איבערגעאַרבעט וינטער- מאַנטלען פאר די אָנגעשטעלטע פון רעסאָרט. איינע פון די וועלכע מען האָט געמאַכט א מאַנט? איז געווען דזשאַלאָשינסקיס טאָכטער פון פּיעטריקאָװער 84. כאָטש איך האָב געהאָלפן צו- שניידן און פּאַסן, האָב איך פאר מיין אַרבעט גאָרנישט גענומען. די לאַנע האָט זיך פארערגערט, ווען עס איז אָנגעקומען א פאר- אָרדענונג, אז מען טאָר נישט נייען קיין ציווילע קליידער מיט פאָדעם, וועלכן עס שטעלט צו דאָס מיליטער.
איינעם א יידן האָב איך אין יענער צייט אריינגענומען אַלס אינספּעקטאָר, פּשוט צוליב רחמנות (ער האָט זיך באַ- קלאָגט, אז זיין פרוי ליידט פון טובערקולאָז און זי האָט נישט װאָס צו עסן), ארויסגעוויזן אָבער האָט זיך, אז ער איז געווען ציטרינאָוויטשעס א צוטראָנער, און ער האָט דעם אומלעגאַלן װאַרשטאָט ארויסגעגעבן. מען האָט זיך דערוונסט אין רעסאָרטן- אַמט, אז מיר ארבעטן פּריואַט. אַלס שטראָף דערפאַר האָט מען מיר אָפּנעזאָגט פון פּאָסטן, צונענומען די לעבנסמיט?- קאַרטן און אויך די , דזיאַלקע" ערד. מען האָט מיך צוריקנע- שיקט אויף יאקובא 16 אלס געויינלעכן מאַשינער. כאָטש איך מיט מיין פאמיליע האָבן דערפון שטאַרק געליטן מאַטעריעל, האָט זיך אָבער שפּעטער ארויסנעוויזן, אַז ס'איז געווען לטובה. דאָס איז געווען אֶנהויב 1944, עס איז אָנגעקומען א באַפעל, אז די מייסטערס דאַרפן אויפשטעלן רשימות פון די, וועלכע מען דארף ארויסשיקן. בין איך געווען פּטור דערפון, נאָך אן אינטערווענץ ביי רומקאָווסקין פון קאָמיסאַר אינזלשטיין (א שװאָגער פון ד"ר מאַשקאָװיטש), וועלכער אין געווען א פיינער, איידעלער מענטש, האָט מיך רומקאָווסקי צוריקנעשטעלט אויפן פּאָסטן אַלס אינסטרוקטאָר, צִּ
איין טאָג --- ערב פּסח, זאָנט מיר מיין אַמאָליקער געזעלן מאָט? חייעט פון לוקאָוו, אז איך האָב אַ צעט? זיך צוצושטעלן אין , קריפּאָ". פון דער דאָזיקער בשורה אין סיר געװאָרן קאַלט און װאַרעם. וויי? פון א באַזוך אין , קריפּאָ" קומט שוין זעלטן ווער צוריק. קומענדיק אין דער , קריפּאָ?" אויף קֹאֶש- טשעלנע, האָט מיר א לאָדזשער דייטש -- ניומאן -- באַלך מככד געווען און נעפרענט: -- װוּ האָסטו די לאָקשן? (געמיינט דאָלאָרן). איך האָב אָבער גאָרנישט געהאַט װאָס זיי צו געבן. מען האָט מיך אריינגעװואָרפן אין אַ פינצטערן צימער. איך האָב אָנגעטאַפּט א קרעכצנדיקן מענטשן, ועלכער האָט קים ארויסגערעדט: װאַסער... מיר זענען געלענן אויפן ערשטן שטאָק א מאַן 10 אויף פּריטשן, אונטן האָט מען געשלאָנן, און מיר האָבן נעהערט יעדעס געשריי, און זענען פאַרגליװוערט געװאָרן, די, וועלכע. מען האָט געלאָזט הערן די געשרייען, האָט מען געװאָלט איינ- ברעכן פּסיכיש. געשלאָגן האָט מען מיט דינע באַמבוס-שטעקנס. נאָך אַזאַ פּאָרציע שמיץ, איז דער מענטשלעכער קערפּער גע- װאָרן א הויפן צעבלוטיקט פלייש, גרייט אָפּנעשיקט צו וערן אויפן בית-עולם. נאָך 7 טעג האָט מען מיך באפרייט. איך האָב אזוי אוים- נעזען, אז קיינער פון מיינע נאענטע האָבן מיך נישט דער" קענט, כאָטש פֿאַרהעלטניַשמעסיק האָט מען מיך װייניק געשלאָגן.
ביי דער ליקװידאַציע פון נעטאָ, האָט מען פיך, צוזאמען מיט אַלע לאָדזשער יידן אוועקנעשיקט קיין אוישוויץ. דאָרט האָב איך זיך צעשיירט מיט מיין פאמיליע.