Original scan
Original memorial-book scan 163
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-805

יידיש לאָדזש 9פ1 יעקב ראָוענבערג און אויך די חורבה איז אין פלאַמען אַװעק... ל זון איז װי א ברענענדיקע שיף געזונקען אויפן ווייטן האָריזאַנט, און האָט מיט אירע לעצטע שטראַלן, װי מיט פייערדיקע אָנגע- נליטע צװאַנגען ארומגענומען דעם שוין פֿאַרגייענדיקן טאָג, וועלכער האָט זיך לאַנגזאַם ארויסגענליטשט פון איר הייס צעפלאַמטן אֶנגריף, שאָטנס, וי טונקעלע דורכזיכטיקע פאָרהאַנגען האָבן זיך אראָפּגעלאָזט, און איינגעהילט דעם ברוק אין א שלייער פון דינעם פראָסט, װאָס האָט נלייך וי אַ נייגעריקער שד אויף ווייסע פליגלען פארגלאָזט די פענצטער פון הויכע שטומע הייזער, וועמענס שויבן האָבן מיט בלינדקייט, שטאַר געקוקט צו דער ליידיק געװאָרענער נאַס, און באַלד האָט די נאַכט, וי א פאַרצוייפלטע מאַמע צעעפנט איר שװאַרצע אומענדלעך גרויסע פאַטשיילע, און איינגעטוליעט די מידע, הונגעריקע, שוין כמעט אויסנעליי- ריקטע געטאָ,

passage_0d959d3ba016248b5125d6a6
Passage 2normalized OCR · source chars 807-1923

נאָר בלויז די חורבה שלאָפט נאָך נישט. דאָרטן, צווישן די צעבראָכענע ווענט אויף וועלכע דער קאַלטער דעצעמבער ווינט האָט שוין באַװויזן אויסצומאָלן ווייסע, קרישטאָל גע- בלימלטע טאַפּעטן, לויפט ארום מיט גרויע ברייט צעעפנטע אויגן, וועלכע גלאַנצן מיט א שיין פון טעמפּ געװאָרענע מעסערס דער האַלב משונענער איטשע מאיר. פון צװוישן די געלע פלעקן פון זיין וייסער באָרד רויטלען זיך אויס א פּאָר קראַנקע, נאַסע, ביזן בלוט צעפּאַדעטע לפפן, וועמענס אומאויפהערלעך מורמלען און זינלאָזע מאָנען פילן אָן די חורבה מיט אַן אומהיימלעכן און צודריננלעכן פליס- טער; אוי וויי איז מיר, אוי וויי איז מיר, אוי וויי איז מיר ! ! ! איבערנעלאָזט האָבן זיי מיך די רשעים, נאָר מיך, נאָר מיך, אן אלטן, פון צרות צעבראָכענעם זקן, א הילפלאָזן בן-אדם, וועמענס לעבן האָט שוין איצט אזוי פיל ווערט, וי אויסנע- הוילטע זרע װאָס ואַלנערט זיך אויפן האַרטן שטיין פון ברוק. איבערנעלאָזט מיך, װי אן איינזאַמען בוים אין אויס- נעהאַקטן װאַלד, וועמען דער העקער האָט נאָר געשוינט, צוליבן טעמפּן חוזק פון זיין שטומפּיק געװאָרענער האַק... אַ! רבונו-של-עולם, זאָג מיר פאר װאָס און פאר ווען, פאד וועלכע זינד האָסטו מיך אין די הענט פונעם רשע איבערגעענטפערט, זאָג מיר פארװאָס ! ?

passage_b4eed72bfc1182aa4e959ba9
Passage 3normalized OCR · source chars 1925-2086

אָ, זע װי ער האָט מיין פון הונגער אויסגעדאַרטן קערפּער, װי צו דערשטיקן מיט שטעכלדיקע דראָטן פארװויקלט, און אויף די וװונדן פון מיין צעריסענעם לייב, קאָכיקן שלאַנ-

passage_63fa6ea01791e004615e2287
Passage 4normalized OCR · source chars 2088-3587

געןדסם געגאָסן, און זע, וי דער פראָסטיקער ווינט אין פאר מיר א װאָכעדיק בנד, און איז אויך מיין טלית געװאָרן, פון אונ- טער אים טראָגן זיך צו דיר וי מידע פייג? מיינע טענות, מיינע תפילות. זיי פליען און פליען, אָבער וועלן שוין נישט דערפליען... װי א הויז פון בלינדע װענט אין די ועלט מיר נגעװאָרן, א הויז, וועמענס טירן האָבן זיך אויף אייביק פאַרהאַקט, אויף אייביק! זעסטו, אויף אזא סדום, האָב איך זיך קיינמאָל נישט געריבט, קיינמאָל נישט ! אָבער װאַרט נאָר, װאַרט נאָר! האָסטו דאָך רבונו-של-עולם אפילו סדום, די נעסט פון גרעסטן זינד אויך אן אויסוועג נעגעבן, װאָלט נאָר אברהם אין זיין פלייס באַװויזן צו נגעפינען דרי נישטיקע צאָל פון צען צדיקים, רבונודשל-עולם ! טאַטע פאָטער! נאָר צען צדיקים װאָלטן דיר גענוג געווען ? ! נאָר צען צדיקים האָטסו געזוכט? אַָ! זי סיר מוח? מיינע רייד, איך דער אַלטער איטשע מאיר דארף דיר גאָרנישט דערציילן, דו וייסט דאָך גוט, אז אָט אין די הייזער, װאָס זענען דאָ אמאָ? אין דער אָרימער אויסגעקרומטער גאָס נעשטאַנען, האָבן געלעבט מער װוי צען מאָל צען צדיקים, און אין אלע נאסן פון אָט דער גרוי פארהאָרעוועטער שטאָט, מער וי הונדערט מאָל צען, און אפשר מער וי טויזנט מאָל צען, ווער ווייסט ? ווער ווייסט? ... דעם חשבון קענסטו דאָך טאַטע-פאָטער א סך בעסער פאר מיר, א סך בעסער... נאָר איך, זעסטו װי א פּשוטער אומנליק- לעכער בן-אדם פארשטיי, אז לעבן װי א צדיק, קען נאָר אזא איינער װאָס קען װי א צדיק שטאַרבן... און דאָ אין מיין שטאָט האָבן אמאָל געלעבט מער וי צוויי הונדערט טוױיזנט יידן . , ,. און דער נרעסטער טייל, יאָ, כ'קען דרייסט זאָגן -- דער גרעסטער טייל איז אומגעקומען אויף קדוש-השם, טאַקע

passage_136dc9826305a202c8236900
Passage 5normalized OCR · source chars 3589-4384

ינאָר אזוי װי עס שטאַרבן צדיקים, נאָר צדיקים, אַ! זאָל זיין, אז איך לעסטער, אָבער איך האָף דאָך, אז דו פארשטייסט מיין טענה, און גלויב מיר, אז מיין טענה איז נישט בלויז צוליב - מיר, ניין --- נישט בלויז ווענן מיר גייט עס, נאָר טאַקע אויך וועגן דיר, יאָ, ווענן דיר. אדרבא, קוק זיך צו און זע װוי עלנד, װוי פאריתומט מיר ביידע זענען דאָ געװאָרן; נישט דאָ שין מער קיין פרייד, קיין יום-טוב ביי יידן, װי בלינדע זקנים קוקן דאָ היינט די יידישע פענצטער צום אויסגעלאַשענעם שבת, פאַרשעמט דורך די גויים, איז זאָג זשע מיר טאַטע פאָטער, זאָג זשע מיר ! ער מיינסטו װעט היינט דאָ דיין ליכטיקן נאָמען דערמאָנען, דיין הייליקע תורה לערנען, װ ע ר ! + אז טויט לינן שוין אלע יעקבס קינדער, טויט! הא? און אפשר רעכנסט דו נאָר אויף דעם בייזן גויישן עם-רע װאָס דרייט זיף נאָך דאָ ארום, אויף זיי, וועלכע האָבן א גאַנץ לעבן נאָר

passage_c24c85ddb562f4e716191d68