164 יידיש לאָדזש ישעיהו שפּיגל נורלות פון צווי לאָדזשער נעטאַָ-שרייבּער (פּרץ אָפּאָטשינסקי און יוסם זעלקאָװויטש)
, זעלטן אין אונדזער ליטע- ס טר עץפט ראַטור, אז צוויי שרייבער זאָלן האָבן אזוי ענלעכע, כמעט אידענטישע, גורלות אין זייער שאַפערישער ביאָגראַפיע --- און אזוי ביז צו די לעצטע ער- דישע רגעס. אויב דאָס געשעט זעלטן איז עס, אפשר, דערפאר װאָס יעטוועדע שאַפערישע נאַטור פלאַסטערט-אויס אין איר מענטשלעכער פרייהייט די שטיינער פון איר אייגענעם לעבנס- טראַקט, שטעלט-אויף באַװוּסטזיניק, אָדער אפשר גאָר אומ- באַװנּסטזיניק, איר איינענעם שאַפערישן גורל. יעדער שרייבער שאַפט פאר זיך אין דער ליטעראטור זיין אייגענעם קלימאַט, האָט זיין איינענע קרייזנדיקע זון, לופט און טעמפּעראטור, װאָס זענען א נויטווענדיקער יש פאר זיין יצירה. װאָס טיפער די מקורותדיקייט פון א שרייבער -- און מקורותדיקייט אין דאָ געמיינט נישט עפּעס אַנדערש וי: זעען, הערן, דערקענען און צוריקאויפשטעלן די סביבה, די וועלט אַנדערש וי דאָס האָבן געטאָן אַנדערע -- אלץ פארשידנאַרטיקער אין זיין ביאָגראַפיע סיי אין לעבן, סיי אין דער ליטעראטור, אויב די אויביקע וװערטער קאָנען, בדרך כלל, דינען װי א מאָס פאר , נאָרמאַלע צייטן", ד. ה. פאַר יאָרן פון פעל- קער-שלום און ,נאָרמאַלער" סטאַביליטעט, אָן תהומיקער פאַרענדערונג אין דער מענטשלעכער נאַטור, -- זענען זיי אָבער נישט נילטיק פאַר אַזאַ תקופה, וי די אומקום-תקופה, וו יעדע מאָס פון מקורותדיקיים פון 8 פרײימענטשלעכער שאַפּערישקייט, ווערט בלויז א טויטער עכאָ און האָט לחלוטין נישט צו טאָן מיט דער נייער רעאַליטעט פון אכזריות און גיהנום. װאָרעם די אומקום-תקופה, אין איר פּסיכאָלאָנישער אויסווירקונג, האָט נישט בליז אכזריותדיק פאַראַנדערשט יעדע פרייע, אינדיווידועלע שרייבער-דאָליע, געשענדט דעם שאַפערישן אינדיווידועלן חלום --- נאָר זי האָט קודם-כ? אִמּ-
געטייט די יחידישע פרייקייט, ארויפצווינגענדיק די מיטלאַל- טערלעכע קייטן פון טעראָר, דעספּאָטיזם און פּחד. זי האָט צע- ריסן און אױיפנעװאָרצלט יעדע פרײיע מחשבה, װאָס נאָך זי אין אַן אומבאַדינגטער תנאי פארן שאַמנדיקן גייסט. אָבער נישט בלויז דאָס. די נעטאַָ-דראָטן און געטאַימױערן האָבן, אַװעקנעמענדיק פונעם שאַפערישן מענטשן זיין פּערזענלעכע פרייקייט אויף אים גליכצייטיק ארויפגעצװונגען דעם קאָלעקטיון פאָלקס-גורל, די קאָלעקטיווע מחשבה אינעם הילם- לאָזן געראַנגל. באַלד ביי דער שווע? פונעם געטאָ האָט דער גור? צעריסן זיין יחידיש לעבן, װאָס האָט שוין מער נישט געהאַט נישט די ראַם, נישט די קאָנטורן און נישט די עמאָציאָ- נעלע כוחות פון זיין אַמאָליקער פריי-אינדיווידועלער, שאַמע- רישער רעאַליטעט,
די מקוננים אונדזערע זענען געווען די לעצטע מיט א פרייען נייסט באַפּאַנצערטע מענטשן, װאָס האָבן זייער יחידיש װאָרט און געװאַלד נאָך אריינגעשריבן אין די טרויער- מגילות פון פאָלקס-געוויין. פארן רוב שרייבער און גייסט- מענטשן האָבן די אכזריותדיקע רעפּרעסיעס, אויסהוננערונג און די פּרעציזדװויסנשאַפטלעכע מעטאָדן פון טעאוטאָנישער יידן- פארטיליקונג, ארויסגערופן א נאָר נייע װידערשטאַנד-רעאַקציע װוי די פון פרייע מענטשן -- (א חוץ, פארשטייט זיך, דעם העראֵַישן פיזישן װידערשטאַנד אין די געטאָס) -- און דאָס איז: דער כראַניקאַלישער אָפּקלױב, דאָס אויפזאמלען און פאר- צייכענען לדורות די אלע ברעסקלעך פון געטאָ-, לעבן". דער דאָזיקער אגב-אורחהדיקער אַנאַליזן וועגן פרייער שאַפערישקייט מיט אירע אמתן, אָדער האַלבנע אמתן, האָט באין אופן נישט די מינדסטע כוונה אױיסצושעפּן דאָס פּראָבלעם אין זיין פולער פארטיפוננ,. אויב די אויביקע מחשבות זענען דאָ געבראכט געװאָרן, זענען זיי בלויז אויסן צו באַלייכטן דעם מאַרטירער-וועג פון צוויי יידיש-שרייבער אין געטאָ, צו וייזן צוויי שרייבער-נורלות, װאָס זענען נעװאָרן צו אײן גור? אין יענע יאָרן, בעת יעדער מין שאַמערישקייט איזן בכל? געוען אַן אַקט פון איבערמענטשלעכער גבורה און אמונה,
די צוויי לאָדזשער שרייבער: פּרץ אָפּאָטשינסקי און יוסף זעלקאָװויטש, וועמען ס'זענען געווידמעט לזכרון די ווייטער- דיקע שורות, האָבן זיך באוויזן, וי שרייבער אין די פריע צװאַנציקער יאָרן, ביידע האָבן זיי פארמאָנט אין זייער שאַפע- רישן אָטעם װאָניקע אינדיווידועלע פּאָטענצן, געבויט אויף אַלט-יידישע טראדיציאָנעלע יסודות. ביירע זענען געשטאַנען אין דער השפּעה-ספערע פון דער פּרץדתקופה מיט איר לויכטנ- דיקן רוף פאר באַנייוּננ, דערװואַכונג און חשיבות פון מאָדער- נער יידישער גייסטיקייט. ביידע שרייבער װאָלטן אין דער ליטעראטור זיכער אריינגעטראָנגן ערנסטע ווערק --- ווען נישט דער חורבן פון יידיש-פּוילן. נאָך איידער זיי האָבן פאַרנאַנדער- געשפּרײט זייערע שאַפערישע פלינ? -- האָבן זיי זיך שוין געפונען, גראָד װוי פי? אַנדערע שאַפּערס, פּנים אל פּנים מיט אַזאַ תהום, װוּ ס'ווערט ביסלעכווייז פאַרלאָשן דער זין פון נאָרמאַלער, רעאַלער שאַפערישקייט,