Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 169
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-18

ײיזיש לאָדוש + 169

passage_365472a6e65f7e3f28aa40d0
Passage 2normalized OCR · source chars 20-1328

פ'איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויף דער אויסטערלישקייט פון זייער גורל-אידענטיטעט, װאָס ביידע יונגע שרייבער האָבן געהאַס -- ביז צו זייער טראַגישן טויט. זייער פריע שרייבע- רישע ביאָגראַפיע ווייזט, אז ביידע זענען זיי געקומען פון דער אָרעמער יידישער נױיט-פּראָװינץ אין פּױלן, דורכגעמאַכט דעם זעלביקן אנטוויקלונגס-ווענ ביזן אריינקומען אין דער ליטע- ראטור, ביידע -- געבוירענע ערב דעם צוואנציקסטן יאָרהונ- דערט: אָפּאָטשינסקי --- 1899, זעלקאָװיטש -- 1897. ביזן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט-מלחמה האָבן ביידע גע- לערנט אין ישיבות. בעת יוסף זעלקאָװיטש האָט שוין געהאָט סמיכות אויף רבנות -- האָט פּרץ אֶָפּאָטשינסקי אויך זיך געגרייט אין דער ישיבה פון קאָסאָוו צו ווערן א רב... אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות זענען ביידע אריבער צו ייריש-וועלטלעכער שאַפערישקייט, וי דאָס אין געשען אויך מיט א סך פון עלטערן דור שרייבער. אָפּאָטשינסקי האָט זיין ליטערארישן דעביוט אָנגעהויבן אין לאָדזש מיט סקיצן און דערציילונגען, װוּ דער צענטראַל-מאָטיוו איז געווען די אידייע פון חסידיזם, געזען דורך דער פילאָזאָפיע פון א יוננן פאר- צווייפלטן דור נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. ער האָט אין זיינע ערשטע שאַפונגען נישט נעקאַנט בייקומען דעם כאָאָס און תוהו ובוהו, װאָס ער האָט אליין אױיסנעטראַנן יענע יאָרן, זענען דערפאר זיינע שאַפונגען געווען אן אויסדרוק פון אן עפּאָכע װאָס האָט נעבראַכט ביטערע אַנטישונג דעם יונגן שרייבער-דור אין פּולן,

passage_7075d5bdefd82b99382b632d
Passage 3normalized OCR · source chars 1330-2484

אויך יוסף זעלקאָוויטש האָט אָנגעהויבן זיינע ליטעראַ- רישע שריט אין לאָדזש מיט חסידישע מעשיות. ער האָט גלייכ- צייטיק זיך אָפּנענעבן מיט געשיכטע-פארשונג און פאָלקלאָך- זאַמלונג. זעלקאָוויטשעס חסידישע סקיצן און דערציילוננען געדרוקטע אין דער טאָג-פּרעסע, האָבן געהאט א מער האַר- מאָנישן טאָן און נוסח, װוי דאָס איז געווען ביי אָפּאָטשינסקין. מען דאַרף אָננעמען, אַז זעלקאָוויטשעס מער רואיקער סטיל און מחשבה זענען צו אים געקומען פון זיין שרייבערישער געשיכטע-פאָרשוננ און נטיה צו פאָלקלאָר-זאַמלונג. אָבער איצט קומט דאָס מערקווירדיקסטע ביי ביידע שרייבער. אין דער געטאַ-תקופה האָבן ביידע נעאַרבעט אין געטאָ-אַרכיוון: אֶפֹּאַ- טשינסקי װוי אן אקטיווער מיטאַרבעטער פון ווארשעווער אונ- טערערדישן געטאָ-אַרכיוו פון ד"ר עמנוא? רינגעלבלום (, עונג שבת"); און זעלקאָויטש --- אין לאָדזשער אָפיציעלן לעגאַלן געטאָדאַרכיוו. ביידע שרייבער זענען פארשניטן נגעװאָרן אין עלטער פון /4 יאָר -- און לסוף: ביידנס ליטערארישע שאַפונגען האָבן זיך אָפּנעפונען נאָך דער צוייטער וועלט- מלחמה: זעלקאָוויטשעס --- צווישן די אױיסגעגראָבענע אַרכיו- מאַטעריאַלן אין די לאָדזשער געטאָ-חורבות, און אָפּאָטשינ- סקיס --- אינעם אָפּנעפונענעם ריננעלבלום-אַרכיוו אונטער די חורבות פון ווארשעווער געטאָ.

passage_4a3557d442e67a9d45e39548
Passage 4normalized OCR · source chars 2486-3219

איך האָב בכיוון אויפגעשטעלט פּרטימדיק די ביאָגראַ- פיע פון ביידע טראַניש-אומגעקומענע שרייבער, כדי צו וייזן װוי אויסטערליש-אידענטיש פירט טיילמאָל דער שר פון יצירה די גורלות פון שאַפערישן מענטשן. שרייבער, װאָס האָבן בנס דורכנעלעבט די אומקום-תקופה, ווייסן צו דערציילן וי אזוי די אַמאָליקע, פארמלחמהדיקע רעאַליטעט האָט אין געטאָ פאר- לוירן יערן שימער פון א פאַרגאַנגענהייט, װאָס האָט באמת עק- זיסטירט. דער איבערנאַנג פון אַמאָל צום געטאָ-גיהנום אין געווען פון אזא משופּעקײט, אז יעטוועדע פארטייטשונג פונעם מצב מיט די אַמאַליקע מכשירים פון לאָגיק און שכ? הישר, האָט אין געטאָ קנאַפּ געקאַנט אָנגעװוענדעט וערן, בלויז דער אירראַציאָנעלער כוח פון דער שרייבערישער נאַטור האָט גײיטראַליזירט און געלינדערט דעם גרוי? פון דער געטאָ- ווירקלעבקייט.

passage_083fea503644ed6e19ec6563
Passage 5normalized OCR · source chars 3221-4020

די זעלביקע שרייבער-פונקציע, װאָס אָפּאָטשינסקי האָט געהאָט אין װאַרשעװוער געטאָ, האָט זעלקאָוויטש דורכגעפירט (אמת מים א מער-אויספירלעכער ראַם פון מעטאָדיק) אויך אין לאָדזשער געטאָ, אויף די יסודות פון זייערע ביידנס רע- פּאָרטאַזשן און פארצייכענוננען, ונ זיי האָבן אויפגעשטעלט מיט פאָטאָגראַפישער גענויקייט די ווירטשאַפטלעכע, געזעל- שאַפטלעכע און אויך קולטור-טעטיקייט פון די געטאָס, זענען שפּעטער אויפנעבויט געװאָרן טיילווייז די ראַמען פאר פאָרשן און געשיכטלעך באַאַרבעטן די פּראָבלעמאַטיק פון ביידע גרעסטע יידן-געטאָס אין פּוילן, בעת דער אומקום-צייט. צּ אויב דער פּאַראַלעליזם פון זייערע ביידנס נורלות איז געלעגן אין די חורבות פון זייערע שרייבערישע חלומות --- צי האָבן זיי אויך אין געטאָ געפונען פאר זיך דעם פארלוירענעם ווענ פאר יצירה-פרייקייט, פאר זייער איינענער שאפערישער אינטים-מענטשלעכער טאַט ?

passage_b85845567aa09efbcb96bc20
Passage 6normalized OCR · source chars 4022-5434

שווער איז צו ענטפערן אויף דער דאָזיקער שאלה. וי מיר ווייסן ביז איצט, איז א חוץ די שוין דערמאַנטע געטאָדרעפּאָר- טאַזשן און פאַרצייכנונגען, גאָרנישט געפונען געװאָרן פון ביידע שרייבער, װאָס זאָל אויף דעם מרמן זיין. פון מיינע פּערזענלעכע קאָנטאַקטן מיט יוסף זעלקאָװויטש אין לאָדזשער געטאָ איז מיר נאָרנישט נעבליבן אין זכרון, װאָס זאָל ווארפן א ליכט אויף דעם פּראָבלעם. זייער מענלעך, אז בסוד-סודות האָט ער זיינע כראָניקעס אויך אויסנענוצט פאר ,ריינער לו- טעראַטור", לויט די פארמלחמהדיקע באנריפן. ס'איז אָבער זייער אָננעמבאַר, אז סיי ער (אין לאָדזשער געטאָ), סיי אִפֹּאָ- טשינסקי (אין ווארשעווער געטאָ), האָבן ביידע דערקענט דעם ביטערן אמת פון אַנדערסענס מעשהלע, וי א מאַמע-פוינל קלערט אויף אירע פּיצעלעך, אַז ,שײוקײט איז אַזאַ װאָרט, װאָס מײנט גאָרוישט". די פרייע מענטשלעכע קינסטלערישע שיינקייט, --- יענע שרייבערישע באַגייסטערונג -- איז אויס- גענאַנגען באַלד ביי דער שווע? פון געטאָ,. מען איז געבליבן שטיין אַנטקעגן אזא רעאַליטעט, װוּ עס גוססט יעדער שימער פון האָפענונג און נלויבן. דאָס האָט נאַװאַליס שוין לאַנג געזאָגט וועגן קינסטלערישער מאַטעריע: אלֶע זאַכן אויף דער ערד זענען צו עפעמעריש און דעליקאט, מען זאָל ועגן זיי טראַכטן, א פּשיטא -- נעבן זיי אן אויסדרוק. דער געטאָ- תהום האָט באשטעטיקט די דאָזיקע פאָרמול אין פאַרקערטן זין: די געטאָ-נגעשעענישן זענען געווען פון אַזאַ נאַטור, אז בלויז לעבן אין זיי און טראַכטן וועגן זיי איז שוין געװען איבערמענטשלעכע נבורה, ווער רעדט נאָך ועגן איבערגעבן עס מיטן שיינעם װאָרט.

passage_8c47c7c11099b3912d0e080b
Passage 7normalized OCR · source chars 5436-5537

ביירע שרייבער האָבן נישט פיל אריינגעטראָנגן אין דער ליטעראטור ביז צום אויסברוך פון דער צוייטער וועלט-

passage_2b9c27792ea9c643e181682d