Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 173
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-925

אויסצונן פון טאַניביכער 169 האָט פּאַסירט, אז ראָטענבערג האָט צוליב עפּעס א סיבה אױיסגעפּאַטשט פיר ייננלעך, און זיי ארויסגעװאָרפן פון דער אַרבעט. אלס ענטפער דערויף האָבן פארשטרייקט די רע" סאָרטן, די ייננלעך האָבן נישט געװואָרפן די ארבעט. זיי האָבן זיך אָבער אָפּנעזאָגט אָנצונעמען די זופּ, וועלכע געהערט זיי. זיי האָבן זיך איינגעאָרדנט אויף אזא אופן;: די פּלאַנירטע אַרבעט אויפן לויפנדיקן טאָג, האָבן זיי אויסגעפירט אין משך פון 274 שעה. (קינדער ביז 17 יאָר ארבעטן נאָר פ שעה) און דאַן זענען זיי געזעסן, אָדער געשטאַנען און גאָרנישט געטאָן. קינדער פון אנדערע רעסאָרטן, דערוויסנדיק זיך וועגן דעם שטרייק, האָבן באַשלאָסן צו קומען צו הילף דער מאַנשאַפט אויף לאַגעווניצקע, איבערגעבנדיק זיי --- די איינענע זופּן. צומאָרגנס האָט זיך איבערגעחזרט די זעלבע געשיכטע. עס האָבן נישט געהאָלפן קיין שום דראָוּנגען. די קינדער האָבן פאַרלאַנגט דאָס צוריקקערן צו דער ארבעט די פיר דערויי" טערטע יינגלעך, אלס פּרייז פון איבעררייסן דעם שטרייק,

passage_eb8f72518a5f5e60337c9c75
Passage 2normalized OCR · source chars 927-1994

צוליב דער פאַרשאַרפונג פון דעם ענין איזן אין רעסאָרט געקומען דוד ווארשאווסקי, דער לייטער פון דער שניידער- צענטראַלע, ער האָט פארנוצט נישט וויניק צייט אויף דראָ- אונגען, אויף איבעררעדן. אָבער ערשט דאַן, װען ער האָט גענעבן זיין ערן-װאָרט, אז אין משך פון דריי טעג װועט דער ענין דערליידיקט ווערן -- האָבן די יינגלעך מסכים געווען אָנצונעמען די זופּ. נאָך דעם זעלבן טאָג, האָבן די ארױיסגעװאַרפּענע זיך צוריקגעקערט צו דער ארבעט, סאַלידאַריטעט-אַקציע אין געטאַ ב. ווינער דינסטיק, דעם 23טן נאָװעמבער 1945 נעכטן אין אױסנעבראַָכן אין דער נענל-פאַבריק אויף פוצקע אַ שטרייק. די סיבה איז פאָלגנדע: דער לייטער באַמיט זיך שוין זייט א לענגערע צייט צו באזייטיקן א טייל פון די אַקטיווע ארבעטער מיט דעם תירוץ: זיי דעמאָראַליזירן די פאב- ריק. מיט א פּאָר טעג צוריק האָט ער געטראָפן דריי ארבעטער לייענען א ביכ? ביי דער ארבעט. אויסנוצנדיק דאָס, האָט ער זיי פון דער ארבעט באַזייטיקט. די אַקטיווע ארבעטער האָבן באַלד געװאָלט ארויסרופן אן אַקציע. צוליב דעם גרויסן הונ- גער װאָס הערשט אין געטאָ, און עס אין פאר ראַציע-אויס- טיילונג, האָבן זיי דאָס געמוזט אְפּליינן אויפן קומענדיקן מאַנטיק,

passage_2455d7c0b2ec19148b5eef11
Passage 3normalized OCR · source chars 1996-2830

מאַנטיק (דאָס הייסט: נעכטן פרי) נאָכדעם װוי ראַדזינער האָט זיך אָפּנעזאָגט צוריקצונעמען די אַרבעטער צו דער אַרבעט -- האָבן די ארבעטער נישט גענומען די מיטאָנער, אַלע אַרבעטער, ארום 90 פּערזאָן --- א חוץ 9 -- האָבן די מיטאָנער נישט גענומען. מורא האָבנדיק, אז א טיי? קען זיך ברעכן, האָבן די אַרבעטער באַשלאָסן דורכצופירן אן אקציע אין אנדערע רע- סאָרטן פון זאמלען מיטאָנער פאר די שטרייקנדיקע, אין לויף פון היינטיקן טאָג אין געלונגען צענויפזאמלען 90 מיטאָגער, און מיט דעם אָנצוהאַלטן די אַקציע. רטדזינער, דערוויסנדיק זיך וװענן דעם, איז געװאָרן שרעקלעך אויפנעבראכט, און געדראָט די ארבעטער מיט קאָנסעקװוענצן. ער האָט אויך דערקלערט, אז מאָרנן דאַרף קומען א דייטשער מייסטער, און דעריבער זאָלן זיי זיך מאָרגן אָנשטענד"ק אויפפירן, אין אָוונט -- נאָך דער אינטערווענץ פון מייסטער און גרופּן-פירער, איז געװאָרן אָנגענומען פאַלננדער קאָמפּראָמיס;

passage_b8875f4031259dfac61c49bb
Passage 4normalized OCR · source chars 2832-3179

צוויי ארבעטער ווערן פאַרהאָננען אויף צוויי חדשים --- איינער קומט צוריק צו דער אַרבעט. די צויי פארהאָנגענע ארבעטער מוזן אין משך פון צוויי װאָכן קומען נעמען ענט- לאַסונגס-שיינען. לויט דערגאַנגענע ידיעות זענען א טייל זופּן געװאָרן צוריקגעשיקט, אַנדערע רעסאָרטן האָבן זיך געזאָלט באַשטייערן די נאָענטסטע טעג. אָנגעפירט מיטן שטרייק האָט ראַדזינערס זון.

passage_7f844a66b2116b41a5bb77a5