יי דיש לאַ דזש פו געפילט דעם אָטעם פון די אװעקנענאַנגענע מענטשן -- אָבער די מענטשן זענען שוין נישט געווען. איינצלנע האָבן זיך אָפּנעפונען. דער רוב איצטיקע לאָ- דזשער איינוווינער, א קליינע אין צאָל, איז געווען פון אנדערע שטעט. נאַסן, הייזער זענען נאָך נישט קיין היים. א חיים -- דאָס זענען מענטשן -- און זיי זענען אוועק אין די קרעמאַ- טאָריעס פון אשוויענטשים, אָדער האָבן זיך געפונען אין די קאַלטע גריבער פון כעלמנאָ און פון גרויסן יידישן בית- עולם אויף מאַרישין, װוי אויך אויף אלע פּוילישע און דייטשע וועגן. צּ
צווישן 1945 און 1948 איז לאָדזש געווען דער צענטער פון יידישן לעבן אין פּױלן,. ווארשע איז געלעגן אין חורבות. די נייע באַזעץ-פּונקטן אין דייטשן נידערשלעזיע האָבן געבלאָזן מיט שנאה און פרעמדקייט. האַלב פּוילן איז צוגענומען געװאָרן דורך רוסלאנד, אין די קליינע שטעטלעך אין געווען א סכנה, א לעבנס-געפאר צו וווינען. האָבן זיך אלע געטוליעט צו לאָרזש, װוּ נאָר א טייל הייזער זענען חרוב געווען, װוּ עס איז געווען לייכטער צו באקומען א ווינונג, לייכטער צו געפינען שוץ קענן די א. ק. באנדעס, װאָס האָבן געמאָרדעט יידן אויף וועגן, אין אלע שטעטלעך. אמת, אויך אין לאָדזש האָבן זיי גראַסירט, אָבער אין דעם עננ-צענויפגעפּרעסטן קװאַדראַט, ואָס האָט ארומגענומען אייניקע גאָסן אין צענטער, האָט מען זיך געפילט זיכערער, אין צוויי ריכטונגען אין געגאַנגען די אַנטװיקלוננ פון יידישן קיבוץ אין לאָדזש נאָך דער צוייטער וועלט-מלחפה. קודם כל? אין עס געווען א דורכנאַנכ-פּונקט פאר די טויזנטער יירן, געקומענע צוריק סיי פון די דייטשע לאַגערן, סיי פאר די פּליטים פון רוסלאנד. מען איז נגעקומען זוכן קרובים, געפי- נען א זכר פון דער אמאָליקער היים, וי אויך זוכן דעם וועג ווייטער.
פאר די אלע מענטשן איז לאָדזש, וי דאָס יידישע לעבן אין פּוילן בכלל, געווען א בית עולם מיט הייליקע קברים. טייל זענען געבליבן צו זאָנן קריש, אָבער דער רוב האָט נישט נע- װאָלט לעבן אויפן בית עלמין. דאָס אין נישט געװען בלויז א בית הקברות פון די טייערסטע און נאָענטסטע, נאָר אויך א בית-עולם פון די אייגענע טרוימען און האָפענונגען. די אֶרגאניזירטע יידישע געזעלשאַפטלעכקײיט האָט געשטעלט אין דינסט פאַר די דאָזיקע מענטשן א ריי אינסטיטו- ציעס. די ציוניסטישע באוועגונג האָט אלעמען אריינגענומען אין די קיבוצים, פון װאַנען די אומלעגאַלע ,בריחה" האָט ארויסנעפירט א טייל יידן פון פּױלן. סיי די ציוניסטן, סיי דער ,בונד" האָבן באַזאָרגט זייערע סימפּאַטיקער מיט צייטווייליקע וווינונגען, נעעפנט קיכן, נאַכטלעגער-היימען, די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס, דורך דער ,בריחה" האָבן געהאָלפן די מענטשן, אויב זיי זענען שוין גרייט געווען, צו מאַכן ווייטער זייער רייזע.
עס זענען נישט פאַראַן קיין גענויע ציפערן וויפל מענטשן זענען אדורך דורך די אינסטיטוציעס, אָבער פאר יעדן, װאָס האָט געהאָט א לעבעדיקן קאָנטאַקט מיט זיי איז דאָס געווען קלאָר און אָפן. ביי יעדן באזוך האָט מען געטראָפן נייע פּנימער. דער אומרו האָט געטריבן און דער פּחד פאַרן אומקלאָרן מאָרגן האָט צוגעיאָגט א מאַסן אַנטלויפן פון די יידן פון פּױלן. לאָדזש איז געווען דער גרויפער נאַסטפריינדלעכער האָטעל אין דעם דורכגאַנג-פּונקט צווישן רוסלאנד און דער פרייער וועלט. דאָס האָט זיך באַזונדערס פארשטאַרקט ווען די ציוניס- טישע באַוענונג האָט אויסנגעאַרבעט די קאַנאַלן צו שיקן, לענאַל און מער נאָך אומלעגאַל, עולים קיין ארץ ישראל, די קינדער- אַנשטאַלטן זענען לענאַל ארויס פון פּוילן, אַנדערע האָבן נעמוזט שמוגלען גרענעצן, אָבער א צי?ל האָבן די דאָזיקע מענטשן, אַנטוישטע און צעמישטע, גנעפונען. באזונדערס שטאַרק אין דאָס מאַסן-אַנטלויפן געווען אין 1947, נאָכן קעלצער פּאָנראָם, דער באַשיינפּערלעכער פאקט, אז אויך דער נייער רעזשים אין נישט בכוח צו באשיצן, האָט צונעאיילט די עמיגראציע, דער- ווייל קיין דייטשלאַנד, טיט דער האָפענוננ אנצוקומען קיין ישראל און אין דער פרייער וועלט.
וי געוויינלעך איז א טייל פון דורכרייזנדיקן עולם נעבליבן אין לאָדזש. קודם כל האָבן זיך פארהאלטן לאָדזשער געבוי- רענע, וועלכע האָבן נעפילט א צוגעבונדנקייט צו זייער הייט- שטאָט; דאַן מענטשן, וועלכע פארשיידענע סיבות פון געזונט און פאמיליע-אַננעלעננהייטן האָבן זיי פארהאַלטן. אַנדערע האָבן נישט געװאָלט פאָרן אין די דייטשע לאַנערן, וועלכע זענען געווען צו יענער צייט דאָס איינציקע אָרט, װוּ מען האָט נעמוזט א געוויסע צייט בלייבן. עס זענען, פארשטייט זיך, געבליבן די אידעאישע אָנהעננגער פון נייעם קאָמוניסטישן רעזשים, עס זענען אויך געבליבן די אלע, וועלכע האָבן געקלערט, אז מען װועט דאָך אויפבויען א יידיש לעבן אין פּױילן בכלל און אין לאָדזש בפרט. עס זענען געבליבן א גענוננדיקע צאָל מענטשן, וועמען מען האָט אָפּגעזאָנט דאָס לענאַלע ארויס- פאָרן און אומלענאל זענען זיי שוין אין יענער שפּעטער צייט נישט בכוח געווען דאָס צו טאָן, דער יידישער קאָמיטעט, וועלכער האָט באַזאָרגט די נויטן און כאדערפענישן פון יידישן קיבוץ, האָט געגעבן שטיצע, קאַזאָרגט מיט א רעפּאַטריאַנטן-הױז די פרישאָנגעקומענע, געגעכן קליידונג, שפּיז. פאר די אַלע, וועלכע האָבן געװאָלט זיך איינאָרדנען, איז געגעבן געװאָרן גאָר גרויסע הילף.
די מיטלען פארן דאָזיקן צוועק זענען געקומען פון די יידישע אמעריקאנער הילפסארואניזאציעס, באַזונדערס פון ,דזשאָינט? און פון יידישן ארבעטער-קאַמיטעט. עס מוז דערביי דערמאַנט וערן, אז פון דער דאָזיקער יידישער שטיצע האָט גענאָסן אויך פּולן. די צוגעשיקטע דאָלאַרן זענען געװאָרן אויסגעטוישט אויף א ספּעציעלן פּריז, װאָס איז נעשטאַנען צװישן נישטיקן אָפיציעלן פּרייז און דעם פאקטישן וװוערט פון דאָלאַר. סיי די פּוױילישע מלוכה, סיי פארשיידענע פּאָליאקן האָבן גענאָסן פון דער יידישער הילפס- ארבעט. דאָס האָט זיי נישט נעשטערט שפּעטער צו פארמאכן דעם , דזשאָינט?" אלס שפּיאַנאַזש-אָרגאניזאציע און קאָנפיס- קירן די גרויסע סקלאַדן פון , דזשאָינט" און אָפּנעמען עס ביי דער יידישער באַפעלקערונג, פאר וועמען די הילף איז געווען באשטימט. די ערשטע הילף איז געווען דאָס באזאָרגן א סטאַבילע, שטענדיקע דירה. עס זענען דערביי באשעפטיקט געוען ספּעציעלע יידישע באאַמטע ביים ווינונגס-אַמט. פאר בעלי מלאכות זענען ארויסגעגעבן געװאָרן הלוואות צו קויפן מא-