ײדיש לאָדוש 187 שמעון ראַגאַזשינסקי נאַכן = אי 9 6 יאנואר 1949. די מלחמה גייט אָן מיטן גאַנצן אימפּעט. אָבער פאר נאָר א סך, פאר צענדליקער טויזנטער, האָט זי זיך שוין געענדיסט. קריגס-עראָפּלאַנען באַהערשן נאָך די הימלען; די פענצטער זענען נאָך זאָרגפעליק פארטונקלט, אָבער באדייטנדע טיילן פון דער פּוילישער טעריטאָריע, זענען שוין באַפרייט פון דייטשן מיליטער. װאַרשע און לאָדזש, די צוויי גרעסטע שטעט אין פּױלן פאָרן קריג, די שטעט, װוּ יידן האָבן זיך אַממערסטן קאָנצענט- רירט --- זענען שוין פריי. א גרופּע יירן, וועלכע האָבן זיך באַהאַלטן אין קעלערן און בונקערס נאָכן אַלגעמיינעם וארשעווער אױיפשטאַנד פון יאָר 1944, אין משך פון 4 חדשים -- קומען ארויס פון דער אונטערערד, און איך בין צווישן זיי. צום ערשטן מאָל אויפסניי, אין מיטן טאָנ, אין מיטן העלן טאָג נעמט דאָס מענטשלעכע אויך זיך צונעוווינען צום טאָנ-ליכט, איך בין אָנגעטאָן אין א לייכטן דריליך-אוניפאָרם, וועלכן מען האָט מיר צונעטיילט זומער, אין דער צייט פון אוימשטאַנד, אָבער איך פי? נישט די קעלט.
דער נאַטירלעכער אימפּולס פון לעבן צינדט אָן א פונק אין מוח: , איך לעב --- איך בין פריי! אָבער א וויילע שפּעטער קומט דער רעפלעקס: ,און װאָס איז מיט די נאָנטסע? פיר דעצידירן --- מיר גייען קיין פּראַנגע. די בריקן זענען צעשטערט, אָבער די ווייס? איז איינגעפרוירן און שאַפט א נאַטירלעכע בריק. מיט שוועריקייטן באַווענ איך זיך איבער דער אייזיקער ווייס? און נאָך עטלעכע שעה פון מאַרש קום איך אָן קיין פּראַגע. איך זוך אויס באַקאַנטע אַדרעסן. איינער עקזיסטירט שוין נישט --- פארניכטעט פון א באָמבע. נישטאָ קיין אילוזיע ווענן גור? פון די איינוווינער. א צווייטער האָט זיך אויפנע- האַלטן. אָבער דאָס הויז איז פּוסט, קאַלט, פרעמד, אויף דער באַמ. פון רעדאַקציע: אַדװ. ראָגאָזשינסקי איז געװען מיטגליך פון צענטראל קטמיטעט פון די פוילישע יײדן; מיטגליד פון צ. קָ. פון ;איחוד" אין פֿױלן, טון פאָרזיצער פן דער איחוד" אָרגאַניזאציע אין לאָדזש, װיצע- פּאָרזיצער פון יידישן װאַיעװאָדישן קאָמיטעט אין לאָדזש און פּאַרױבער פון קְקִיל טין פּױלן, אין די יאָרן 1945:1949. ער איז אויך געוען ראַטמאַן פון לאָדזשער שטאָט'ראַט, און װיצע' פארזיצער פון קולטור'געזעלשאַפּטלעכן פֿאַרבאַנד אין לאָדזש, בי יאָר ד99ן. טיר א קוויטל: , איך על באַלד צוריססומען" און א פרעמדע אונטערשריפט.
איך טרעף דעם ערשטן באַקאַנטן. איך ווער געווויער, אז עס איז דאָ א יידישער קאָמיטעט אין פּראַנע. עס אין שוין כמעט פינצטער, ווען איך דערניי אהין. איך רעגיסטריר זיך און לאָז וויסן דורכן ראַדיאָ, אז איך לעב. דער לאָקאַל פון קאָמיטעט איז איבערפולט מיט מענטשן, צוריקנעקומענע פון וועלדער און באַהעלטענישן. די פּאַליצייישעה איז נאָך אַלץ פאַרפליכטעט. עס קען קיין רייד נישט זיין ווענן צוריקקערן זיך קיין װאַרשע, דעם זעלבן טאָנ. די ערשטע נאַכט פון פרייהייט פאַרברעננען מיר אויף דער האַרטער פּאָדלאָגע פון יידישן קאָמיטעט אויף פּראַנע. צומאָרגנס -- צוריקקער קיין ווארשע, א , היים". אונדזער , חיים" איז דער בונקער אין געוועזענעם , סליינעם געטאָ". אַ סך טעג זענען פאַרגאַנגען, ביז מיר האָבן זיך דעצי- דירט צו פארלאָזן אונדזער באַהעלטעניש, כדי צו פארנעמען איינע פון די ווייניקע נאַנץ געבליבענע הייזער אויף דער קאָשי- קאָווער נאָס. פאַרשטענדלעך --- שויבן זענען אין דער וווינונג נישטאָ -- דערפאַר אָבער דיקטן און ברעטער,
מיט לאָדזש האָב איך נאָך אַלֵץ נישט קיין פארבינדונג, אָבער אומעטיקע גרוסן נעפינען זייער וועג צו אונדז---איך ווייס שוין, אז די סאָוויעטישע אָפענסיווע אין יאַנואַר --- איז געקו- מען צו שפּעט. טענ פון װאַקלענישן: פון װאָס אָנצוהויבן? אומקערן זיך אין דער פרעמדער לאָדזש, אָדער בלייבן אין װאַרשע ? די צונגעבונדנקייט צו לאָדזש ווענט אַריבער, און אין מעריץ 92 קער איך זיך ווידער אום קיין לאָרזש. עס הויבט זיך אָן א ניי, שוער שטורמיש צװעלפיאָריק קאַפּיטל אין מיין לעבן... א לאָדזש איז באפרייט געװאָרן איין טאָג שפּעטער פון װאַרשע,. אויך דאָ, איז צום באַדויערן די פרייהייט פאר דער יידישער באַפעלקערונג נעקומען עטלעכע חדשים צו שפּעט. אין יולי 1944 זענען נאָך אין לאָדזשער געטאָ געווען 73.217 יידן. אָבער אין די ערשטע טעג פון אוינוסט דעם זעלבן יאָר, מער װי א יאָר שפּעטער וי אין ווארשע -- האָט זיך אָנגע- הויבן די פולשטענדיקע ליקװידאַציע פון לאָדזשער געטאָ. נאָך דער אַלנעמיינער ליקװוידאַציע פון געטאָ, האָט מען א סליינע גרופּע אייננעקװואַרטירט אין װווינונגען אויף יאַקובאַ 6 און לאַנעווניצקע 86. געווען אויך א צאָל מענטשן, וועלכע