Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 193
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-939

יידיש לאָדוש 189 קאָמיטעט, וועלכער האָט געפירט א לעבעדיקע טעטיקייט. דער קאָמיטעט האָט אויף זיינע אַקסלען געטראָנן אן אויסערגעוויינ- לעכע פאראַנטװאַרטלעכקייט צוליב דעם, װאָס די הויפּט-שטאָט װאַרשע איז געווען כמעט וי פארניכטעט. לאָרזש, דאָס שלומ- פּערל צװווישן די פארמלחמהדיקע פּוילישע שטעט -- האָט מיט- אַמאָל אַװאַנסירט צו דער מדרנה פון דער פאקטישער הויפּט- שטאָט. לאָדזש האָט נעהאט די מעלה, װאָס זי איז געלעגן אין צענטער און נאַנט פון ווארשע. אין לאָדזש האָט מען אָננע- הויבן אויפמאַכן פארשידענע צענטראלע אינסטיטוציעס, נישט נאָר מלוכהשע, נאָר אויך יידישע. דאָ האָט זיך געפינען די צענטראלע יידישע פּרעסע; די צענטראלע היסטאָרישע קאָמי- סיע; קאָמיטעטן פון פּאָליטישע פּאַרטײען און אנדערע צענט- ראַלע אינסטיטוציעס וי קרן קימת לישרא? און קרן היסוד. קיין לאָדזש האָבן זיך אויך נעצוינן די יידן --- לאָדזשער און נישט-לאָרזשער, געראַטעװעטע פון וועלדער און בונקערס; צוריקגעקומענע פון דייטשע לאַנערן און שפּעטער -- טויזנטער צוריקקערער פון רוסלאנד.

passage_eede1fb6a5e3161b2a73b4a1
Passage 2normalized OCR · source chars 941-2081

די גרעסטע טיי? צוריקגעקומענע האָבן כמעט נאָרניט פאר- מאָגט, דער יידישער קאָמיטעט האָט די דאָזיקע מענטשן נע- דאַרפט פאַרזאָרגן,. מען האָט אינטערווענירט ביי דער שטאָ- טישער מאַכט ווענן צוטיילן װווינונגען און מעב?, אויף שנעל האָט מען אַרנאניזירט מאַנאַזינען אויף נאַרוטאָװיטש גאַס 92, פון דאַנען האָט מען ארויסגעגעבן קליידונג און לעבנס-מיטלען פאר די נויטבאדערפטיקע, פון אויסלענדישע אֶרנאניזאציעס, וי , דזשאָינט" און ענלעכע, האָבן אָנגעהויבן קומען עסנװאַרג און קליידונג. א קור- צע צייט נאָך דער באַפרייאוננ איז קיין פּוױלן געקומען א פאָר- שטייער פון , דזשאָינט" און עס אין איינגעשטעלט געװאָרן א סיסטעמאַטישע הילף פון געלט, קליידער און עסנװאַרג, צּ איינע פון די וויכטיקע אויפנאַבעס פון קאָמיטעט איז געווען דערמעגלעכן דאָס אָפּזוכן און פארבינדן משפּחה-מיט- נלידער, וועלכע זענען צעשפּרייט איבער דער וועלט. יערער אָנגעקומענער איז נעװאָרן רעניסטרירט. די נעץ פון די יידישע קאָמיטעטן האָט ארומגענומען דאָס גאַנצע לאַנד, וויי? װוּ עס האָט זיך געפונען א גרופּע יידן, האָט זיך באַלר נעשאַפן א קאַמיטעט. די קאָמיטעטן האָבן אויסגעטוישט צווישן זיך די רשימות מיט נעמען און אַדרעסן פון די, וועלכע האָבן זיך אָפּנעפונען און אויך פון די --- וועלכע מען זוכט.

passage_11c6a528d0a85cdeea81f25d
Passage 3normalized OCR · source chars 2083-2961

דער יידישער קאַמיטעט פון לאָדזש האָט באַקומען מאַסן" אָנפּראַגן פון אויסלאַנד, וועגן דעם גור? פון געוועזענע לאָדזשער איינוווינער. דער באַלאַנס פון די עטלעכע יאָר װאָס די נאַציס האָבן באַהערשט פּולן, איז ליידער געווען א טראַנישער. דאָס יידישע לאָדזש, דער קרוב פערטלמיליאָניקער יידישער ישוב, וועלכער האָט זיך גערימט מיט זיין אַרבעטסזאַמקײט און געשיקטקייט אין האַנד? און מלאכה, מוסטערהאַפטע שולן, וועלכע האָבן נישט געהאט קיין נלייכן אין פּולן, די אינטעלינענץ און דער אָרנאַניזירטער אַרבעטער-קלאַס -- דאָס אַלץ האָט -- מער נישט עקזיסטירט. דאָס װאָס איזן איבערגעבליבן, דאָס זענען נעווען די געראַטעװעטע, וועלכע האָבן זיך צוריקגעקערט קיין לאָדזש. טייל זענען געקומען זוכן זייערע משפּחות, טייל זיך אָפּצורוען, און אָננעמען כוחות פארן ווייטערדיקן וועג. אַנדערע צו בלייבן אין פּוילן און אָנהויבן דאָס לעבן אויפסניי. די אַלַע קאַטעגאָריעס מענטשן האָבן זיך גענויטיקט אין באדייטנדיקער הילף.

passage_6e9af495dd6fa02f9fecb9d9
Passage 4normalized OCR · source chars 2963-3858

פאר די, --- וועלכע האָבן באַשלאָסן צו בלייבן אין פּױלן, האָט מען אָרגאַניזירט א גאַנצע ריי פון פאַרשידנאַרטיקע אַר- בעטס-קאָאָפּעראטיוון, צום מערסטן פאר שניידער און שוסטער, ביים יידישן קאָמיטעט אין לְאָדזש אין אַנטשטאַנען א ספּע- ציעלע אָפּטײילונג פאר פּראָדוקטיוויזאציע, וועלכע האָט זיך פארנומען מיט ארנאניזירן די קאָאָפּעראטיון. דאָס אין נישט אָנגעקומען לייכט. מען האָט געדאַרפט שאַפן די אַנטשפּרעכנ- דיקע לאָקאַלן און אויך באַזאָרנן די קאָאָפּעראטיון מיט רוי- שטאָפן,. א סך האָט מען נעהאָט צו פארדאַנקען דעם ,דזשאָינט", וועמענס פאָנדן זענען אין א נרויסער מאָס אויס- גענוצט געװאָרן אויף פּראָדוקטיוויזירן די יידן. די קאָאָפּערא- טיוון האָבן אויך געפירט אַ פאַרצוויינטע קולטור-געזעלשאַפט- לעכע אַרבעט. זיי האָבן מיט זיך פאָרנגעשטעלט דעם מענטשן- רעזערוװואַר, פון וועלכן מען האָט געשעפּט די טאַלאַנטפולע כוחות פאר דעם דראַמאַטישן קרייז און כאָר, וועלכע מען האָט אָרנאַניזירט ביים יידישן קאָמיטעט,

passage_fcaff4dc211af4e2ff4c688c
Passage 5normalized OCR · source chars 3860-4717

א וויכטיקע ראָל ביים פּראָדוקטייויזירן די יידן, האָט געשפּילט די באַנק, וועלכע מען האָט געשאַפן ביים יידישן קאָמיטעט. די באַנק האָט אױסגעבאָרגט געלט די איינצלנע בעלי-מלאכות, און אנדערע מענטשן -- רערמעגלעכנריק מיט דעם אויפצומאכן פּריאַטע װאַרשטאַטן,. דער דערעקטאָר פון דער באַנק איז געווען פר' מאַרק ביאַלקאָװער (װוינט היינט אין מעלבורן, איינער פון די גרינדער פון לאָדזשער צענטער). אין די קאָאָפּעראטיון האָבן באַקומען זייער פאַך-אויס- בילדונג א סך פון די, וועלכע האָבן שפּעטער פאַרלאָזן פּױלן. פארשטענדלעך, אז נאָך דער מאַסן-אױסװאַנדערונג פון יידן אין די יאָרן 1948749 און 1987-98 וי אויך שפּעטער --- האָבן די קאָאָפּעראַטיוון פאַרלוירן זייער ספּעציפיש-יידישן כאַראַק" טער, די קאָאָפּעראטיון האָבן געטראָגן די נעמען פון יידישע קאָמוניסטישע טוער אין פארמלחמהדיקן פּױלן, אָבער נאָך דער 6-טאָגיקער מלחמה, זענען אפילו די יידישע נעמען גע- װאָרן אומבאַקוועם. צּ

passage_cf3484514e1366ffb2052cd1
Passage 6normalized OCR · source chars 4719-5424

אַ גאַנץ באַזונדערע אויפזיכט און הילף האָט זיך גענויטיקט פאַר די צוריקנעקומענע פון לאַגערן. זייער געזונט-צושטאַנד האָט פאַרלאַנגט מעדיצינישע הילף. געווען אויך א סך, וועמען די לאַנערן און פאַרפאָלגונגען אין דער צייט פון דער מלחמה, האָבן פריצייטיק פארעלטערט. דרי מענטשן זענען געווען אוכר באַהאָלפן, אינװאַלידן. דאָס פארמלחמהדיק לאָדזש איז באַקאַנט געווען מיט אירע פונדאַציעס און הילפס-אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן זיך פאר- נומען מיט געזונטהייטס-פראגן און נגעזעלשאַפטלעכער הילף. געווען שפּיטאָלן און מושב-זקנים-הייזער, געגרינדעט דורך פּאָזנאַנסקין און קראָנשטאַטן, געווען װוילטעטיקע אינסטיטו- ציעס, וי ביקור-חולים, לינת הצדק, געווען , טאָן" (פּוליש: נגעזעלשאַפט צו פארהיטן דאָס געזונט פון דער יידישער באַפעל-

passage_52a8e18eb3652599220b2d0c