Original scan
Original memorial-book scan 198
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1141

194 ש. ראָנאָזשינטקי --- נאָכן קריג... ,עי יש טיט א 02 מע בי אי יי יי א עיינ אע עי יו א אי = יט די איבעראַשטע מיליץ האָט נישט רעאַנירט. די דעלעגאציע פון קאָמיטעס איז אויפגענומען געװאָרן דורך דער קאָמיסיע. די רעדע, די פראַגן און ענטפערס זענען איבערזעצט געװאָרן פון פּויליש אין ענגליש --- און פאַרקערט. די מיטגלידער פון דער דעלעגאציע האָבן גערעדט וועגן דער שטימונג פון דער יידישער באַפעלקערונג, אָבער די שפּראַך פון די דעמאַנסטראַנטן איז געווען מער איבערצייגנדיק, און מ'האָט זי נישט נגעדאַרפט איבערזעצן. מען האָט דייטלעך געקאָנט זען, אז די מיטנלידער פון דער קאָמיסיע זענען אונ- טערן איינדרוק פון דער דעמאַנסטראַציע, און די רעדעס וי אויך די פּראַגן און ענטפערס האָבן פאר זיי א צוייטראַנגיקע באַדייטונג. אין א קורצער צייט ארום, האָט די , ענגלישיאמעריקאַנער קאָמיסיע?" פארעפנטלעכט אירע איינשטימיקע פאָרשלאָגן זי האָט זיך ארויסגעזאָגט קעגן שאַפן א יידישע מדינה אין א טיי? פון פּאַלעסטינע, אָבער זי האָט רעקאָמענדירט מען זאָל גלייך אריינלאָזן קיין פּאַלעסטינע הונדערט טויזנט יירישע פּליטים, וועלכע נגעפינען זיך אין די דייטשע לאַנערן. די פאָר- שלאַגן פון דער קאָמיסיע זענען נישט אויסנעפירט געװאָרן. אָבער א יידישע מדינה איז טראָץ דעם אַנטשטאַנען.

passage_6b4365118b03bc2c90ded056
Passage 2normalized OCR · source chars 1143-2248

די דאָזיקע געשעעניש אין גענוי באַשריבן געװאָרן דער- פאַר, ווייל גאַסן-דעמאָנסטראַציעס פון אַזאַ כאַראַקטער זענען נישט פאָרגעקומען נאָכן קריג --- נישט פריער -- און נישט שפּעטער, | און נאָך אלעמען האָט זי ערלעך אָפּנעשפּיגלט די שטי- מונג פון דעם גרעסטן טייל פון דער יידישער באַפעלקערונג אין לאָדזש. אד מיר האָבן שוין דערמאַנט וועגן מאַניפעסט פון פּוילישן קאָמיטעט פאר נאַציאָנאַלער באַפרייאונג, און דער דעמאָלטיקער פּאָליטישער סיטואַציע. כאָטש דער װיצעדפּרעמיער פון דער ערשטער רעגירונג איז געווען א טוער פון דער פּוילישער פֹּאַ- ליטישער עמינראַציע סטאַניסלאַוו מיקאָלאַיטשיק -- פונדעסט- ווענן האָט נישט די נאַנצע פּוילישע באַפעלקערונג געשטיצט די רעגירונג. א טיי? פון דער געזעלשאַפט אין לאַנד האָט נאָך אַלְץ אָנערקענט די עמיגראַציע-רענירונג, װאָס איז געזעסן אין לאַנדאָן, ‏ די אַרמיאַ קראַיאָװאַ" (לאַנדס-אַרמײי), וועלכע האָט אין צייט פון דער אקופּאַציע געקעמפט מיט די דייטשן און האָט אָרגאניזירט דעם ואַרשעװער אויפשטאַנד אין אוי- גוסט 1944 --- איז אראָפּ אין אונטערגרונד, אייניקע באַװאָפנטע גרופּן, באַקאַנט מיט זייער אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער, און מיט דעם נאָמען ,נאַראַדאָװוע שילי זבראינע?" (באַװאָפנטע

passage_adde7f83f4a96794a4e4f61d
Passage 3normalized OCR · source chars 2250-2839

פאָלקס-כוחות) נ.ס.ז., וועלכע האָבן אין צייט פון די נאַציס געהרנט יידן, האָבן זייער טעטיקייט נישט אויפנעגעבן. דאָ און דאָרט זענען פאָרגעקומען אָנפאַלן אויף יידן, איבערהויפּט אויף די וועגן. יידן, געראַטעװעטע פון מלחמה-בראַנד האָבן זיך גענוי- טיקט אין זאָרג און הילף. זיי האָבן נאָרנישט פארמאָנט: נישט קיין דאַך איבערן קאָפּ, קליידונג, עסנװואַרג, נישט קיין אַרבעט. די יידן האָבן געזען אין דער סאָוויעטישער און פּולי- שער אַרמײ זייערע רעטער. אין ביידע ארמייען איז געווען א באַדייטנדער פּראָצענט יירן, וועלכע האָבן זיך אויסגעטיילט מיט זייער העלדישקייט און אפילו זיך דערדינט צו הויכע ראַנגעס.

passage_76574b21023983d3db896402
Passage 4normalized OCR · source chars 2841-3520

אַנדערש איז געװוען די באַציאונג פון דער פּוױלישער באַפעלקערונג. א באַדייטנדער טיי? פון פּאַלאַקן האָבן אוים- גענומען דער סאָוויעטישער ארמיי און דער א"ג קאָשטשושקאָ- דעוויזיע, וועלכע האָט געקעמפט צוזאמען מיט דער רויטער אַרמײי --- מיט געמישטע נעפילן. פון איין זייט האָט מען באַגריסט די באפרייער פון פּױלן פון דער דייטשער אַקופּאַציע און טעראָר. פון דער צווייטער זייט, האָט מען נישט נגעהאט קיין צוטרוי צום ראַטנפאַרבאַנד, צוליב דעם אונטערשיד פון פּאָליטישע סיסטעמען, וי אויך צוליב די טעריטאָריאַלע פאַר- כאַפּונגען, דורכנעפירט פון ראַטנפאַרבאַנד אין סעפּטעמבער 9, דעמאָלט איז די גאַנצע מזרחדיקע געגנט פון פּױלן, צוזאַמען מיט לעמבערג און ווילנע, באַזעצט געװאָרן דורכן ראַטנפאַרבאַנד.

passage_6be1de3d82b8fb5c24b02225
Passage 5normalized OCR · source chars 3522-4646

די פּוילישע אינטעליגענץ האָט אין א גרויסער מאָס זיך ארויסגעדרייט פון מיטצוארבעטן מיט דער רעגירונג. די יידישע אינטעליגענץ האָט נגעזוכט די דאָזיקע מיטאַרבעט. די מלוכישע און שטאָטישע אַדמיניסטראציע האָט זיך זייער שנעל אַנט- וויקלט, אוֹן יידן האָבן אין איר פארנומען אַן אָנגעזעענעם אָרט, אין רעזולטאָט דערפון האָטם זיך אין באַװוסטזיין פון א טייל באַפעלקערונג באַקומען דער איינדרוק, אז די יידן רע- גירן מיט פּױילן, ווען פון איין זייט, האָבן די פאָרגעשריטענע טיילן פון דער פּוילישער נעזעלשאַפט באַגריסט די פריינדלעכע באַציאונג פון דער פּוילישער מלוכה-מאַכט צו די יידן, אַלס אַ נאַטירלעכע, מענטשלעכע האַנדלונג --- האָט פון דער אַנדע- רער זייט נישט געפעלט אזעלכע, וועלכע האָבן אָנגעהויבן בורטשען. ,א שאָד װאָס היטלער האָט נישט פארענדיקט זיין ווערק", געווען אפילו אזעלכע, װאָס האָבן באַדױערט די הילף, וועלכע זיי האָבן נגעגעבן יידן, אין דער צייט פון קריג. אין דער באַציאונג פון קאַטױלישן קלער צו דער יידי- שער באַפעלקערונג, טראַדיציאָנעל -- א פיינטלעכע, איזן נישט פאָרגעקומען קיין באַדייטנדע ענדערוננ. אין צייט פון קריג האָבן א סך נלחים און ערלעךגלויביקע פּאַליאַקן גע- ראַטעװעט יידן, אָן שום אייגן-נוצן -- איבערהויפּט יידישע קינדער.

passage_6a44e10aee4e4d4749485657
Passage 6normalized OCR · source chars 4648-5525

נאָכן קריג, זענען די דאָזיקע איידעלע מענטשן געבליבן שטיל, נישט פאראורטיילנדיק די טעראָר-אַקטן, וועלכע די באַנ- דיטן פון נ.ס.ז. האָבן דורכנעפירט איבער דער יידישער באַפעל- קערונג. ווען פאָרשטייער פון יידישן קאָמיטעט האָבן אינ- טערווענירט ביים דעמאָלטיקן לאָדזשער ביסקופּ, ער זאָל עפנטלעך פאראורטיילן די פאָרדן דורכנעפירט איבער יידן -- האָט זיך דער בישאָף ארויסגעדרייט מיטן תירוץ, אז דער מאָרד איז באַנאַנגען נעװאָרן אויסער די גרענעצן פון זיין דיעצעזיע". אין אזעלכע באַדיננוננען איז געקומען צו ערנסטע אַנטי- יירישע עקסצעסן. געווען , אומרוען? אין קראָקע, װוּ די קרב- נות זענען נעווען יידן. עס איז אויך פאָרגעקומען דער פּאַגראָם אין קעלץ, מיט א צאָל פארווונדעטע און דערהרגעטע יידן. לאָדזש איז געווען די שטאָט, װוּאַהין מען האָט געבראַכט די קרבנות פון דעם פּאָגראָם. | עס איז געווען שפּעט ביינאַכט, ווען איך בין אַלאַרמירט געװאָרן ווענן דעם פּאָנראָם. טראַניש זענען געווען די שעהן

passage_115e9daac1f589532038970c