196 | ש. ראַנאַזשינסקי --- נאָכן קריג .. . אי :1 4 5 בי .1 טי ,יי על יע אע יק יט בי טעה אס = = מג לאָדזש, ענלעכע פאַרזאַמלונגען פון אַנדערע ציוניסטישע גרופּן זענען פאָרגעקומען מער וייניקער אין דער זעלבער צייט. די ביוראָען פון קרן קימת לישרא? און קרן-היסוד זענען פאר- מאַכט געװאָרן און דאָס געלט אין באַנק -- בלאָקירט. די ציו- טונג; , דאָס נייע לעבן" האָט אויפגעהערט צו דערשיינען, און איר אָרט האָט פארנומען דער אָרנאַן פון דער יידישער גרופּע פון פּ.ז.פּ.ר. (קאָמוניסטן) -- , פאָלקס שטימע". די יירישע קאָמיטעטן האָבן אויפגעהערט צו עקזיסטירן, און אויף זייער אָרט האָט מען נעשאַפן קולטור-געזעלשאַפטלעכע פאַרבאנדן, אונטערן זעלבן נאָמען. אין דער פאַרװאַלטונג פון די געזעל- שאַפטן, זענען שוין נישט געווען קיין פאָרשטייער פון פּאַר- טייען. דאָרט זענען געווען מיטגלידער פון דער פּ.ז.פּיר. און אומפּאַרטייאישע.
דאָס יידישע געזעלשאַפטלעכע לעבן איז געװאָרן אָרעמער. דער יידישער קולטור-געזעלשאַפטלעכער פאַרבאַנד האָט זיך געדאַרפט צופּאַסן צו דער נייער סיטואַציע. דאָס פּאָלִיטישע לעבן איז נעװאָרן איינזייטיק און קאָלירלאָז, די באציאונג צו ישראל? און ציוניזם --- פיינטלעך. די , פאָלקס שטימע" האָט פארעפנטלעכט ידיעות נאָר וועגן ארבעטסלאָזיקייט און הונ- גער אין ישראל? און ווענן רדיפות אויף אַראַבער. נייס פון ישרא? איז געװאָרן צוטריטלעך בלויז פון איין צייטונג: דעם קאָמוניסטישן; , קו? העם", ארויסגעגעבן אין ישרא? און פאר- קויפט בלויז אין אזוי גערופענעם , קלוב פון אינטערנאַציאָ- נאַלער פּרעסע", פאר א גענונ טייערן פּרייז. די אַרבעט פון , פאַרבאנד" האָט זיך קאָנצענטרירט אויף העלפן דאָס יידישע טעאַטער (וועלכער איז געװאָרן א מלוכה טעאַטער) אויפצו- האַלטן אן איינענעם דראמאטישן קריין, דעם כאָר און די יידישע שול, אויפן נעזעלשאַפטלעכן געביט איז דער דרוק געגאַנגען אין דער ריכטונג פון אויפמאַכן נייע אַרבעטס-קאָאָ- פּעראַטיוון און אויפצוהאלטן דאָס קינדערהיים אין העלע- נגוועק, װוּ עס האָבן זיך נעפינען די יתומים, וועלכע זענען געבליבן אין פּוילן.
א געוויסע צייט נאָכן ליקווידירן די יידישע פּאָליטישע פּאַרטײען האָט מען אויך ליסוידירט די טעטיקייט פון ,דזשאַינט?" אין ואַרשע. דעם פעקרעטאַר פון דזשאינט" (אייננטלעך א מיטגליד פון פּ.ז.פּ.ר.) האָט מען פאַרשפּאַרט אין תפיסה, די פּאָליטישע אַטמאָספער אין נעװאָרן װאָס אַמאָל שווערער, דעם איינפלוס פון סטאַליניסטישן טעראָר האָט מען געקאָנט באַמערקן װאָס אמאָל מערער, די פּולישע גרענעצן זענען געװאָרן הערמעטיש פאַרמאַכט. דאָס לעבן איז געװאָרן אומדערטרענלעך. צּ אין מערץ 1982 איז נעשטאָרבן סטאַלִין. כאָטש דעם טויט האָט מען באַערט מיט דער נעהעריקער פייערלעכקייט און טרויער --- האָט זיך גאָר אינגיכן באוויזן סימנים, אז דאָס פּאָליטישע אייז נעמט פּלאַצן. פּוילן איזן געװאָרן אן אָרט פון פּאָליטישע אויפברויזן. אין 1956 דערנייט עס צו אומרוען אין פּױזן; אַנטײסאָװיע- טישע שטימוננען פאַרשטאַרקן זיך. אין דער סיטואַציע קומט צו דער מאַכט, דער נאָר-װאָס באפרייטער פון תפיסה װלאַ- דיסלאַוו גאָמולקאַ -- דער געוועזענער סעקרעטאַר פון פּ.פּ.ר.
פּױילן נעמט פרייער אָפּעטעמען. צום ערשטן מאָל נאָך פי? יאָרן, האָט מען וידער אויפנעמאכט די פּוילישע גרע- נעצן פאר יידן, א היפּשע צאָל יידן געניסן פון דער געלעגנהייט. די מערחייט פון זיי ווענדט זייערע טריט קיין ישראל, א טייל --- קיין אױיסטראַליע און אַנדערע לענדער. אין דער זעלבער צייט קומען אָן טראַנספּאָרטן מיט פּוילישע יידן פון סאָוויעט- רוסלאנד,. די מערהייט פון זיי באַציט זיך צו פּױלן, וי צו א טראַנזיט-סטאַציע. א טייל בלייבט דאָך אין פּוילן און ווערן אריינגעצוינן אין דער יידישער געזעלשאַפטלעכער טעטיקייט. אָבער נישט לאַנג געדויערט די , אָפּפרירונג". נאָך א קור- צער צייט ווערן די פּוילישע נרענעצן ווידער פאַרמאכט. אין יוני 1907 קומט פאָר די 6-טאָניקע מלחמה. פּױילן, אין די פוס- טריט פון ראַטנפאַרבאַנד --- רייסט איבער די דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען מיט ישראל, אין פּוױילן בושעוועט א נישט - געצוימטער אַנטיסע- מיטיזם, דאָס מאָל -- אינספּירירט פון די רעגירונגס-ספערן. יירן ווערן דערנידעריקט און אָן צערעמאָניעס באַזייטיקט פון די פּאָסטנס, װאָס האָבן א וועלכע נישט אין באַדייטונג. נישט פי? קענען שלום מאַכן סמייט דער כסדרדיקער אַנטיסעמיטישער העצע אין די ציטוננען, ראַדיאָ. און טעלעוויזיע.
עס הויבט זיך וידער אָן אַן עקזאָדוס,.. קיין ישראל.. דענעמאַרק,.. שוועדן. ביי אַלע אַרױספאָרנדיקע נעמט מען צו זייער פּוילישע בירגערשאַפט. צּ זאָל דאָס הייסן, אז די איבער הונדערטיאָריקע געשיכטע פון לאָדזשער יידן (אזוי לאַנג, איז אויך די נעשיכטע פון דער שטאָט לאָדזש) איז פארענדיקט ? ײדיש.: }. אײזעגבוך.