Original scan
Original memorial-book scan 213
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-939

-- א. ציקערט -- אַ גאָט דערבאַרמדיקער, פאַרבאַהאַלט ביי דער שװעל פון דיין כסא הכבוד דעם אָנדענק פון אונדזער חורבן פאר אלע די װאָס וועלן קומען נאָך אונדז. היט אָפּ, אז ס'זאָל נישט פאַרשניטן ווערן פון די קומענדיקע דורות די ירושה פון טויזנט יאָר װאָס דיין פאָלק האָט מיט גייסטיק-גילדענע פעדעם געוועבט אין די לענדער פון אײיראָפּץ ביז צום טאָג ווען דיין גזר האָט פאַרשניטן די טויזנטער קהילות און אָפּנעהאַקט זייער קיום. זיי זיך מרחם איבער דעם אָנדענק פון חורבן. מיט דעם געדעכעניש פון מלכות בית דוד, תלמוד ירושלמי, מנהג בבל, גלות רוים, נוסח ספרד, פאַרפלעכט דאָס געדענקעניש פון שטייגער יידיש פּױלן, די צונג פון ירושלים-ד'ליטא און די ברייטע רוחניות'דיקייט װאָס האָט געלעבט אינמיטן פון דער יידישער אַרעמקייט אין די שטעט און שטעטלעך פון מדינת פּױלן, די גייסטיקע שפּייזזקאַמער פון דיין פאָלק איבער גאָר דער וועלט אין יענער צייט ווען ס'איז געחתמ'עט געװאָרן איבער זיי דיין פּסק דין פון אלערליי מיתות משי- נות מיט וועלכע זיי זענען געװאָרן אָפּנעמעקט.

passage_4b58578110fa3f75ae766bc7
Passage 2normalized OCR · source chars 941-1394

נעם אריין אונטער די פליגלען פון דער שכינה, דעם ליכטיקן אָנדענק פון דיינע קינדער פון אונדזער היים-שטאָט לאָדזש און די סביבה ארום איר אין איין קלאַמער, וי דו האָסט זיי צוזאמענגעקלאַמערט אין דער שעה פון דער גרויסער שחיטה. הער זיך צו און פאַרלעש נישט דעם אָפּהילך פון דעם ווייגעשריי װאָס איז געקומען אין יענער צייט פון די אַלע, װאָס זענען פאַרטריבן געװואָרן אין אונדזער געטאָ אריין, קהילה ליצמאַנשטאַט, וי ס'ווערן געטריבן שאָף צום פאָדערהויז פון שחיטה אָרט.

passage_39fe2aa7de788c6bc31c8964
Passage 3normalized OCR · source chars 1396-2213

ווען פ'וועלן דערמאָנט ווערן די אדירי העם און די גדולי התורה, ווען ס'וועלן ווערן אָנגערופן די נעמען פון די װאָס האָבן געפירט אונדזערע קהילות, דערבאַרם זיך אַ גאָט, אז ס'זאָלן נישט פארגעסן ווערן אלע די װואָס האָבן געלעבט אין אָרעמקײיט און אומבאַקאַנט, און זענען פארשניטן געװאָרן נאַמענלאָז; די שניי- דער, טישלער, וועבער, שמידער, שוסטער און אַנדערע. די מאַרק-הענדלער און די װאָס האָבן פארגעסן די היצן פון זומער און די ווינטער-פרעסט כדי צו שפּייזן זיך און זייערע משפּחות, אָבער זיי האָבן נישט פארגעסן זייער אָפּשטאַם און האָבן געטיילט דאָס ברויט פון זייער מי מיט דער גייסטיקער רייכקייט װאָס האָט געברויכט דערנערן זייערע קינדער אין די חדרים, שולעס, תלמוד תורה'ם, ישיבות, יוגנט- באַווענונגען, בתי מדרשים, ספּאָרט-קלובן און אנדערע אַנשטאַלטן, פון אונדז אפשר שוין פאַרגעסענע, אָבער ביי דיין כסא הכבוד פארגעדענקטע אויף אייביק.

passage_ef896a277a4474d519dc6998
Passage 4normalized OCR · source chars 2215-3418

פארגעדענק פאר אלץ דורות מיט א באזונדער געדענקעניש די קינדער װאָס זענען געבוירן געװאָרן, נאָר כדי אָנצופילן די גרויליקע צאָל אויף וועלכע ס'איז געפאַלן די האַק פון דיין עקידה. זאָל קײינמאָל נישט צוגעדעקט ווערן דער תהום פון צער פון די הונדערטער און טויזנטער קינדער, װאָס -- אָנשטאָט צו זיין תינוקות של בית רבן, האָבן זיי אויסגעברענט וי פארדאַרטע ליכטעלעך זייערע צוגעציילטע טעג אין די שמידערייען פון לאַגעווניצקע גאָס, אין דער נענל-פאַבריק פון פּוצקא, אין , שואַכשטראָם* רעסאָרט ביים ווינקל פון געטאָ אויף דער גרענעץ פראַנצישקאַנער און סמאָגאָװע. די קינדערלעך פון גלאַזערס רעסאָרט, װאָס זענען געקומען מיד און הונגעריק כדי צו לערנען דעם יידישן אות און דאָס יידישע װאָרט איבער וועלכן דו האָסט שוין פריעראויס געהאַט געזאָגט, אז ס'זאָל זיי מיטבאַגלײטן צו די טויטן-וועגענער פון כעלמנאָ און די טויערן פון די בירקענאַוער גאַזדקאַמערן. מיט זיי צוזאמען פארטמיליק נישט דעם אָנדענק פון אלע אנדערע קינדער פון אונדזער היים-שטאָט װאָס זענען געבוירן געװאָרן, געגאַנגען מיט אונדז אין דעם גרויסן שאָטןךטאָל פון ליצמאַנשטאַט-געטאָ און פון דאָרט מיט אונדז ניט ארויסגעקומען. פאר זיי, אַ גאָט גיב דיין חתימה פאר אלע קומענדיקע דורות, ווייל זיי האָבן נישט באַװיזן צו לאָזן זייער חתימה אין בוך פון לעבן פאר די װאָס װועלן נאָכקומען.

passage_db4907cb8588aa06a8adf43a
Passage 5normalized OCR · source chars 3420-4146

היט אָפּ באַשעפער דעם מעם פון אונדזער צער, ביז ס'וועט קומען דער יידישער דור װאָס װעט לעבן פריי פון יסורים און אויסגעלייזט פון בלוט-פּרײז. פּאַר יענעם דור עפן אויף דעם ספר פון אונדזער חורבן. זאָל זייער קלאָרער באַנעם פון אונדזער צער זיין דער יסוד פון תיקון פאר אלע די װאָס האָבן מיט זייער קיום און המשך באַצאָלט פאר דעם קיום און המשך פון יענעם קומענדיקן, גליקלעכן דור. װאַרף נישט אַװעק גאָט אונדזער ירושה וי דו האָסט אונדז אַװעקגעװאַרפן אין דער שעה פון אונ" דזער פארשניטן ווערן, ווען דו האָסט נישט געענטפערט כאָטש מיר האָבן גערופן דיין נאַמען. זאָל אונדזער קרבן נישט פארשעמט ווערן מיט דער חרפּה פון ווערן פארגעסן. פארקנופּ דעם זכר פון אונדזער גאַנג דורך די טויערן פון טוים מיט דעם לעבעדיקן מאָרגן פון אונדזער פּאָלק, א טמ ן.

passage_8c2a33957ffc66116ffa9ff1