יידיש לאָדוש 17 לענאַציע פון אלע פּאַרטײען, ציוניסטן און נישט ציוניסטן. פאַרן , גראַנד האָטעל? האָבן זיך פֿאַרזאַמלט טויזנטער יידן מיט פאָדערונגען, אַזױ איז געװוען נאָכן קעלצער פּאָנראָם, אַזױ איז געווען בעת דעם באַשלוס פון דער יודען צו עטאַבלירן אַ יירישע מלוכה. דער רעש אין דער געזעלשאַפטלעכער און קולטור-אַרבעט האָט אָנגעהאַלטן ביז עס איז נעקומען די גלייכשאַלטונג פון יידישן לעבן. פון איין זייט האָט די מאַסך-עמיגראַציע (אין אייניקע עטאַפּן;: קעלץ, אומאָפּהענניקייט-מלחמה) אַרויסנע- צויגן פון לאַנד דעם אַקטיו פון די נאַציאָנאַליקעמפערישע ריכטוננען (ציוניסטן און , כונד") און פון דער צווייטער האָבן די קאָמוניסטן ליקווידירט יעדע זעלבשטענדיקע יידישע טע- טיקייט פון די אַנדערע ריכטוננען. זיי האָבן פאַרמאַכט די ציוניסטישע און בונדישע אינסטיטוציעס, קאָמוניזירט און גלייכנעשאַלטעט די איבערנעבליבענע. די נייע רעגולאַציעס האָבן געשטעלט אונטער א מאָנאָפּאָל-אויפזיכט פון די קאָמו ניסטן דאָס גאַנצע יידישע לעבן. ביסלעכווייז איז עס געװאָרן איינגעשרומפּן און קאַנאָניזירט.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-968
passage_2c36edd9ded96d2cd49e0706
Passage 2normalized OCR · source chars 970-1686
אָבער עס איז שווער געווען צו דערשטיקן דאָס יירישע נעזעלשאַפטלעכע לעבן. כאָטש עס האָט נעליטן אַ גרויסן בלוט-אָפּפלוס צוליבן אַרױספאָר פון די נאַציאָנאַל-אַקטיוע עלעמענטן, דאָך האָבן די איבערגעבליבענע געפּרוּװוט מיט אַלע מיטלען אָנצוהאַלטן אַ יידישע טעטיקייט. מען האָט זיך גע" טוליעט איינער צום צווייטן צוליב דער קעלט און דער פרעמד- קייט אַרום. צופיל פיינטלעכע אוינן האָבן קרום געקוקט אויף דער ,יידישער אַרבעט" און אונטער זייערע שנאה-בליקן איז ראָס יידישע לעבן אייננעשרומפּן. לאָרזש, דאָס יידישע לאָדזש איז אונטערגענאַנגען. מען האָט די יידישע צייטונג אַריבערגעפירט קיין װאַרשע. אזוי אויך די דרוקעריי, דעם שרייבער פאריין, דאָס טעאַטער. אלץ װאָס פון לאָדזש איז נעבליבן אין דאָס בילד אין זכרון פון דער פאַרגאַנגענהייט.
passage_5fceb26e67abd0378a9477b2