Original scan
Original memorial-book scan 25
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1123

ײיויש לאָדוש 21 י. אַקרוטני מיין היימשטאָט לאָרוש שרייבן וועגן לאָדזש וי א יידישן שעפערישן צענטער מיינט אָנשרייבן די פולע, פאַרביקע , ביאָנראַפיע" פון אַן אומרואיקן, אינטענסיוו געלעבטן גרויסן געוען. ווייל דער הוט שטייט אַ נאַקעטער, אַ פאַרסמאַליעטער ביז זיינע װאָרצלען, אַן אונ- טערגעשניטענער פון אַ נרויליקן שטורעם. איז ווער קען עס טאָן ? סיידן אויסװייטיקן אַן אומגעהערטן קדיש, אָדער דאָס וועט זיך פאָרנעמען נאָר דער בעלעטריסט מיט דער תשוקה פאַר געשיכטלעכן שטאָף, װאָס איז אין דעם פאַל בשום אופן נישט סטאַטיש אַז ר'זאָל זיך לאָזן קנעטן פון אַ שילדערער- דערציילער; דאָס לאָרזש, וועלכע מיר נעדענקען, אין כולה דינאמיק. עס איז װי אַ געשיכטלעכער אָביעקט זוכה געווען נאָר צו כראָניקעס, צו ליים פאַר אַ שפּעטערדיקן בנין, צו אַ סינטעטיש בילד, אַזױ אויך דאָס יידישע לאָדזש װאָס איז געווען א יונגער ישוב און איזן פארשניטן געװאָרן אין איר אייגנטלעכן אויפניין צום אומנליק -- נעפאַלן אויף דער עקרה פון רשעות װאָס האָט זיך צעפּלאַקערט אויף די שיי- טערס פון דער נייסטער ציװיליזאַציע אונטערן צייכן פון האַקנקרייץ און פערפּ און האַמער. אַצינד שטייט לאָרזש פון אונדזער יוננט אַן אויסגעהוילטע אָן יירן און אָן יירישן אינספּירירנדיקן כוח.

passage_3eb7d0848014508a9f675879
Passage 2normalized OCR · source chars 1125-2073

לאָדזש איז אַ קאָמפּליצירטער מאָטיוו. דער אַרכיטעקט זוכט אומזיסט דעם דעפינירנדיקן געדאַנק פֿאַר זיין אידייע, וועלכע האָט אין א גליקלעכן מאָמענט באַפלינלט זיין צע- פיבערטן דמיון; אים האָט זיך אַפילו אויסגעויזן אַז ער , זעט" שוין דאָס נעביי, די מייסטערישע רעאַליזירונג פון זיין אידייע אין אירע מענלעכע פאָרמען. אין דער ווירסלעכקייט אָבער הויערן צו מאָל אין נעפּל די וינקלשטיינער פונעם פונדאַמענט, גיין, ס'איז דורכאויסיקע כימערע. דער פּיינלעכער מאַטיוו לאָדזש --- איז ערשט פארזונקען אין חושך פון נישט-זיין -- פאַרן יידישן נעמיט, דעם יידישן באַװוּסטזײן. זכרון פון אירע ניצו?ל געװאָרענע זין און טעכטער אין די שטאָט נאָך א טיף פאַרנאַנדערנעצױיגענע פּערספּעקטיו. מיט הייזער שטעטלשע, הילצערנע מיט שטרוי-רעכער, מיט שינרל- דעכער, אַ סך דיאַלעקטן יידישע, לעבנס-שטיינערס באַזירטע אויף נעשיכטלעכע דערפאַרונגען, נערדענקלעכע איבערלעבונגען און אָננעלעבטע טראַדיציעס, װאָס האָבן ענדלעך זיך איבער- געקאָכט אין אַן אייננאַרטיקן סטיל, אַ סטיל װאָס האָט זיך אמת, אין/

passage_c93989762dc7cf2f0d9a3a22
Passage 3normalized OCR · source chars 2075-2711

אויסגעשטאַלטיקט אין ריזיקן טינל פון דער ינג-קאַָפּיטאַ- ליסטישער גרױיסשטאָט. לאָמיר נישט פאַרנעסן: אונדזער לאָרזש איז אויפנעשטינן אויף די הייוון פון אינדוסטריאַל- זאַציע, פון די אימפּעטיק געטריבענע רענעסאַנס-װוינטן פון די שפּעטע יאָרצענדליקער פון 19טן יאָרהונדערט װאָס האָבן זיך געטראָגן פון מערב-אייראָפּע. אין צולאָג האָט עס פאַר- שמעקט אויך מיט דער אָנרעגנדיקער יוננקייט פון דער רע- װאָלוציע, װאָס האָט געבראַכט די בשורה פון נרונטיקע ענ- דערונגען, וועלכע האָבן געעפנט אַ וװענ צו דער וייטער, אומבאַקאַנטער וועלט. עס האָט געלאָסט מיט נייקייטן, מיט צוזאָג אויך פון דער שטאָטס סודותפולער יוננשאַפט מיט אירע ברייט פונאַנדערגענומענע פלינל.

passage_a6aff91c6fdd3e3076d1ecff
Passage 4normalized OCR · source chars 2713-3652

יירן פון די פאַרװאָרלאָזטע פּוילישע פּראָװינצן האָבן דע- מאָלט נגענעענט צו לאָדזש, זיך באַגרונטפעסטיקט אין דער צו- זאָגנדיקער און אָפּשרעקנדיקער גרויסשטאָט װאָס איז אָקערשט געווען א ווילדער ואַלד, מיט לויערנדיקע וועלף (דערפון דער אַדאָפּטירטער נאָמען וילקע פאַר דעם עלטסטן, רייכערן טייל פון שטאָט). זי ווערט באַלעבט מיט יעדן טאָג, זי באַגערט מענטשישע הענט און זי גיט באַטעמט ברויט דעם הונגעריקן. די שמועה פון דער שפע װאָס באַגעגנט די יידישע אָרעמעלייט אין דער נייער שטאָט פון פאַבריקן לאָקט קיין לאָדזש אויך יירן פון דער פּאָסנער ליטע; פון װאָלין און אַפילן פון דער רחבותדיקער ראַסיי, לאָדרזש האָט מאָביליזירט מענטשישע ענערגיע, געװעקט די איניציאַטיוו און די המצאה פון שעפערישן געדאַנק פון גרויסע שטראָמען יידן; װי אונטער א כישוף האָט לאָדזש איינגעזאַמלט אויף אַן אָרט אַ נאַנץ פאלק פאר געבענטשטער מי און פאר קװאַליקער האָפענונג, פאר וועלכער עס איז נישט נעווען קיין נאַמען. ניין, מ'האָט נישט קיין צייט נגעהאַט צו זוכן דעם ריכטיסן נאָמען. |

passage_bc3d5f494538a0beb7a3563c
Passage 5normalized OCR · source chars 3654-4100

נישט אומזיסט איז דער אויפקום פון גרױיסלאָדזש (אין איר פּרעהיסטאָריע איז זי געווען אַ פאַרװאָרפן דערפל בתוך װאַלד און טיפע בלאָטעס) און דער שווונג פון אירע פּיאָנערן אַרומגעװעבט נעװאָרן מיט לענענדע, וועלכע איז אין שפּעטער- דיקע יאָרן פאַרװאָרט געװאָרן אין מעשים. דער דאָרפישער הענדלער ישראל פּאָזנאַנסקי איז עולה פנדולה געװאָרן, גע- װאָרן א מאַגנאַט מיט פּאַלאַצן; מיט מעכטיקע פאַבריקן און אַ שם טוב װאָס האָט נעקלונגען איבער מדינות. אין פאָלקלאָר

passage_d711925bda5dce6a8395fae9