24 י. אַקווטני -- מײן הײימשטאָט לאָדזש מערן די מאַשינען געבראַכטע פון ווייטע לענדער. נישט בלויז מיט פאַבריקן האָט פּאָזנאַנסקי, דער ייד פון אָרעמען יידישן שטעט? נעגרייסט די שטאָט לאָדזש, װאָס איז באַרימט נע- װאָרן אין דער וועלט וי אַ צענטער פון כלערליי געװאַנטן; נישט נאָר פון בױימװאָל און פלאַקס האָט לאָדזש גענומען שמ'ען אין מרחקים, נייערט אויך מיט געװאַנטן פון װאֵל, פון שעװװיאָט, קאַמנאַרן און אויך זאָקן, טיכער, שווערע און לייכטע, מיט וועלכע עס האָבן זיך נעהילט די פרויען פון פּולן. ווייבער האָבן אין יענע יאָרן זיך באַשיצט פון קעלט מיט שווערע פאַטשוילן אין זומערצייט, צי האַרבסטצייט, זיך געהילט אין לייכטע טיכער --- פּויערטעס וי יידישע ווייבער. מאַנטלען זענען געווען צו רייך פאַר דער אָרעמקייט װאָס האָט געהויזט מיטן פאָלק אין פּױלן, אויך אין דעם יוננגן לאָדזש. א מאַנטל פאַר אַ פרוי איז אַן איידעלע זאַך", האָט געזאָגט די איראָניע אין יידישן מויל. פּאַזנאַנסקי האָט גע- וועבט אַלַע יאָרן וייסציינ אין אומגעהייערע סכומים און פּױילנלאַנד און אַנדערע וייטע לענדער האָבן זיי פאַרצערט, מיט דאַנקשאַפט פאַרן אַמאָליקן זעקל-ייד װאָס איז געװאָרן אַ נגרויסע פירמע אין נבו?ל פון דער פּאַטעטישער לעגענדע --- לאָדזש, שי א
פּאָזנאַנסקי איז נישט געבליבן בלויז אין דער ראַם פון פאַבריקאַציע, מיט װאָס לאָרזש האָט זיך קונה שם געווען אויף עולמות. פּאַזנאַנסקי איז געווען אַן ערשטער צווישן לאָדזשער גרויסע פאַבריקאַנטן, װאָס האָבן אויפנעבויט ריזיקע פאַמי- ליע-הייזער, װוּ עס זענען באַזעצט געװאָרן טויזנטער משפּחות פון זיינע אַרבעטערס. אז א סך קריסטלעכע אַרבעטער האָבן זיך באַזעצט אין שכנות פון די פאַבריק-קאָרפּוסן;: די וועבע- רייען; שפּינערײיען; פאַרבערייען, האָט פּאָזנאַנסקי זיי פאַר- זאָרגט אויך מיט אַ קאָשטשיאָל. צװישן די פאַמיליע-הייזער אַנטקעגן די פאַבריקן שטאַרצט מיט אַ הויכן צלם-טורעם די רויטע מויער פונעם קאָשטשיאָל, װאָס טראָגט דעם נאָמען פונעם באַלעבאָס: ישראל קלמנס (קאַלמאַנאָװיטש אין רוסישן נוסח) פּאָזנאַנסקי, און דאָך איז ישראל פּאָזנאַנסקי בחייו געבליבן אַ ייד מיט אַ התנהנות פון זיין פּשוטן טאַטן. ער האָט נישט פאַרפעלט קיין דאַוונען, גענעבן צדקה, געזאָרגט זיך פאַר קראַנקע און אָרעמע יידן. ער האָט טאַקע, מעשה פּיאָנער, אויפנעבויט אין ,סטאַראַ וויעש", טיף אין דער ענגער װאָלבאַרסקע גאָס, ביי אלטשטאָט, אַ שיינע, געצירטע גע- מויערטע שול, אין וועלכער ער אליין פלענט דאַװנען. ארום דער אַלטשטעטישער שול האָט זיך קאָנצענטרירט געדיכט יידיש לעבן מיט קצבים, עופות-הענדלער, פיש-הענדלער, פרוכט-הענדלער, װוּהין יידן זענען געקומען איינקויפן אויף שבת.
פּאָזנאַנסקי און דאָס יידישע לאָדזש, דאָס פאָלקישע -- זענען פונדעסטוועגן געווען צוויי באַזונדערע וועלטן, כאָטש דער שם זיינער, באנלייט פון דער צעפלינלטער מעשה, איז אים נאָכגעגאַגנגען װי אזעלכן, װאָס ס'גוטע מזל האָט אים צונע- דינט, אים האָבן אָרעמעלײיט נענומען פאר א געהויבענעם פאַר- נלייך פון ארויפגעאַרבעטע, װאָס פארגעסן נישט זייער קליי" נעם יחוס. מ'האָט דערמאָנט זיין נאָמען צו גוטן אלע מאָל
ווען עמעץ איז קראַנק נע- װאָרן און מ'האָט אים נע- דאַרפט ראַטעוען; , מ'האָט אים געליינגט אין פּאָזנאַנ- סקיס שפּיטאָל אַריין". און נישט סתם אַ שפּיטאָל פאַר יידן איז דאָס געווען אין א שיינעם ווינקל פון דער גראָער שטאָט, װאָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט אירע קוימענס. פּאָזנאַנס- קיס שפּיטאָל איז געווען אַ גרויסער הייל-אינסטיטוט פאַר יידן, אויפגעבויט פון אַן איינציקן ייד, װאָס האָט פאַרשטאַנען אויך אויף אַזאַ אופן צו פאַראייביקן זיין נאָמען. פּונקט וי זיין פאַב- ריק װאָס האָט געוועבט ווייסצייג, איז געווען אױיסגעשטאַט מיט מאַשינען, מיט אַ סך קאָרפּוסן, איז אויך דאָס פּאַזנאַנסקײשפּי טאָל אין לאָדזש געווען א קאָמבינאָט פאַר יידישער מידיצינישער הילף. בעיקר אָרעמע יידן זענען דאָרט געהיילט געװאָרן פון אַ שטאַב יידישע דאָקטוירים, פון די בעסטע. עס איז געווען א גליק פאַר יענער לאָדזש, װאָס פּאַזנאַנסקי, פון די ראשונים, האָט נע- האָט פאַבריקאַנטישן ה מ ש ך, ווען יידישער קיום ווערט, נישט געשען זאָל עס, אונטערגראָבן, באַדראָט פון דרויסן און אויך פון אינעװייניק. מיר מיינען נישט צו זאָגן, אז אין זיינע אייגענע זין האָט ישרא? פּאַזנאַנסקי, דער ייד פון קליינעם שטעט? קעװאָל (קאַװאַל אויף פּוליש), געהאַט דעם נאַטיר- לעכן המשך. מיר רעדן אין טערמין פון ג עװוען, וויל אלץ װאָס האָט געטראָגן דעם חותם ייד -- דערין אויך דאָס יירישע לאָדזש --- איז שפּעטער מיט צויי-דריי דורות אָפּנע- ריבן געװאָרן װי אַן אלטע מטבע. אפילו טאָפּאָגראַפיש אין די שטאָט, װאָס איז געווען אין א סך פּרטים פול מיט יידן און יידישקייט, נגרינטלעך פארענדערט געװאָרן,. נישט צו דער- קענען אפילו מרדכי גבאיס נגאס, װאָס האָט גערערט מיט א פול יידיש-פאָלקיש מויל. אויס. קיין סימן פון איר, כאָטש
אין איינע פון אירע אלטע מויערן האָט אין לאָדזשער בראשית געלעבט דער ערשטער יידישע מעשה-שרייבער יאנק? לערער. עס איז לחלוטין נישט ניכר א ביס? ארויפצו די יירישע געגנט באַלוט, װאָס איז װוי א שטיק גרויסשטאָטישע עקזאָטיק געווען יידישע מוזעאַלע מערקווערדיקייט פאר מענטשן װאָס זענען געקומען פון דער וייט. ב אַ לוט האָט אינספּירירט שעפע- ריש מערערע יידישע וי נישטיידישע פּאָעטן און זי האָט צוגעצויגן די אויפמערקזאמקייט פון מאָלערס. באַלוט אין געווען דאָס היים-אָרט פון אַ צאָל באַװוּסטע יידישע שרייבערס, וועלכע האָבן דערקענט די נרויסע וועלט דורך דער פּריזמע פון דער ננויט, ועלכע האָט געהויזט אין די עננע, פינצטערלעכע וועבער-היימען פון באַלוט. נו, פון באַלוט איז געקומען צו רייד אנב אורחאדיק, און נישט געװאָלטער קאָנ- פראָנטאַציע מיט פּאָזנאַנסקין, דעם בעלישם, אָבער אָן פאַק- טישע יורשים, גייסטיק. איז אָבער א נליק געשען דעם ישוב לאָדזש, װאָס ער האָט זיך נישט געבויט אויף די יורשים פון פּאָזנאַנסקין און זיינס גלייכן, דער פאַרנאַנדערבוי פון ישראל פּאָזנאַנסקי