Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 30
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1080

26 י. אַקרוטני -- מײן הײמשטאָט לאָדזש אריין אין דער הויפּט-בוכהאַלטעריע, נעמט אויף זעלטענע געסט פון אױיסלאַנד און אהיימצו אין פּאַלאַץ אריין, גייט ער מיטאַנן צופוס. ‏ עס איז נישט קיין גוזמא דערין; כאָטש עס װארם אויף אים די פּריצישע לימוזינע פאַרן ביוראָ. זיינע געשעפטן קען דער גרויסער אינדוסטריאַליסט אשר -- אָסקאַר קאָהן בעסער אַדורכטראַכטן נייענדיק, וי פאָרנדיק. דאָס לאָדזש פון דער ,ווידזעווער מאַנופאַקטור" איז שוין אוועק פון ישרא? קלמנ'ס לאָדזש נאָר ווייט, דאָס פּוילישע, לאָדזש פון מאַרשאָ? פּילסודסקי שטייט שוין אויפן צוייטן אָרט אין לאַנד, באלד נאָך ואַרשע. די גרויסע סוחרים װאָס פירן ריזיקע נעשעפטן מיט אויסלאנד און שיקן דאָרט אהין דאָס װאָס די פאבריקן פון אָסקאַר קאָהן ארבעטן אויס, ביי זיי הייסט לאָדזש --- דאָס פּוילישע מאַנטשעסטער. ,סטאַראַ וויעש" איז גרויס געװאָרן און װאַקסט כסדר גרעסער און גרעסער איינשליגנדיק די דערפער װאָס ליגן נאָענט ארום איר. יידיש לאָדזש, שטייט דעם ני'אישן לאָרזש נישט הינ- טערשטעליק. דאָס יידישע לאָדזש שטייט אויף דער שװעל פון א פארמעסט מיטן יידישן ווארשע, די סאמעראָדנע הויפּט- שטאָט פון דעם נייעם נאָך-דער-ערשטער וועלט-מלחמה'דיקן מּױלן.

passage_3d8c9269311ff5384551d996
Passage 2normalized OCR · source chars 1082-1495

פון לאָדזש שיקט דאָס פערטל? מיליאָניק יידנטום אירע סיים דעפּוטאַטן און סענאַטאָרן טאַקע קיין ווארשע. אין יירישן באַלוט האָרעווען די וועבער ביי הילצערנע האַנט-וועב-שטולן, ארבעטן, ווען ס'איז דאָ ארבעט, צוועלף שעה א טאָג און ברענ- גען ארויס פון די נאָבעלין שטולן די פי? פארביקע טיש- טוכער װאָס װערן דורך דעם זשעניע פון יידישע סוחרים צעשיקט איבער ווייטע לענדער אונטער דער מאַרקע: האַנט- ארבעט פון פּוילישן מאנטשעסטער;

passage_c378f4cd050b206ec7fce394
Passage 3normalized OCR · source chars 1497-2632

דער אֶנהוֹיב פון לאָדזש איז געקנופּט און געבונדן מיט דער טעקסטיל-אינדוסטרי, און מיט דער לעגענדע פון ישראל קלמן פּאַזנאַנסקי. די לאָדזש װאָס שטייט ביי דער שועל פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, ואָס װועט אִפּמעקן אלץ װאָס איז יידיש, איז נאָך אַלץ געקנופּט און געבונדן מיט דער טעקסטיל-אינדוסטרי, אָבער זי פארמאָנט שוין א סך לענענ- דעס, נישט נאָר אויפן נגעביט פון אינדוסטריעלן אויפטו. דאָס יירישע לאָדזש, ביים סאמע ראַנד פון תהום איז שפּרודלדיק מיט ארבעט, לערע, קונסט און שאפן. מיט אָרעמקייט און רייכקייט, מיט אויפטוען און אדורכפאלן, אזוי װוי דאָס יידישע לעבן האָט געקענט זיין נאָר אין נעכטיקן פּױלן,. ס'איז די שטאָט װאָס מיר קענען נישט רעקאַנסטרואירן. מיר קענען בלויז ארויסנעמען א פארסאדזשעטע שטיק נישט דערברענטע האַלעוועשקע און מאָלן אונדזער שטאָט מיט קוילן-שטריך. א די יידישע קולטור-נעזעלשאַפטלעכקייט -- דאָס איז דער קעננשטאַנד װאָס אינטערעסירט אונדז -- האָט געהאט אין לאָדזש איר בראשית ווייט, ווייט פארן סוף פון דער ערשטער וועלט-מלחמה, נאָך פריער זענען אין לאָדזש אויפנעקומען אזעלכע גרויסע ייריש-געזעלשאַטטלעכע אונטערנעמונגען פון סקולטור-כאַראַקטער וי יאַראָטשינסקיס שו? װאָס האָט אינ- געשלאָסן אויך אַ מוסטערהאַפטע האַנטװערקער-שול, אין

passage_888ef02530521626f2f61544
Passage 4normalized OCR · source chars 2634-3621

פאַרנעם פון א פּאָליטעכניקום אין פיניאטור. די דאָזיקע האַנטװוערקעוױ-שול האָט צוגענרייט הױיכקװאַליפיצירטע קאַד- רען טעכניקערס און מייסטערס פאר דער גרויסער לאָדזשער טעקסטי?- און מעכאַנישער אינדוסטריע. פון א מער פאָלקישן כאַראַקטער איז געווען קאָנשטאַטס שול, אזוי אויך א צאָל תלמוד תורהס, ישיבות און אינטערנאטן פאַר אָרעמע, פאַר- לאָזטע יידישע קינדער, אינטערנאַטן װאָס זענען געווען דירעקט פאַרבונדן מיט שולן פאר עלעמענטאַרער און מיטעלער ביל- דונג, רעדט מען ווענן יידישן שולן, מוז געזאָנט ווערן, אַז נאָר אַן אָנגעזעען אָרט אין דערציאונגס-וועזן פון לאָדזש האָבן פאַרנומען די גימנאַזיעס פון דער געזעלשאַפט פאר די יידישע מיטל?-שולן, אָנגעפירט פון דער צענטראַל-דירעקציע, אונטער דער השנחה פון ד"ר מרדכי ברוידע, וועלכער איז אין ווידער- אויפנעקומענעם פּוילן געווען אויך סענאַטאָר. אַ בפירושע השפּעה אויף דער געשטאַלטיקונג פון דעם לאָדזשער גייסטיקן יידישן פּנים האָבן דאָס גלייכן געהאַט די פּריװואַטע מיטלשולן, סיי די העברעישע, סיי די פריואטע /מיט פּויליש וי די לער-שפּראַך װאָס זענען אויפנעקומען

passage_6573e3b8bcce2befdd26b557
Passage 5normalized OCR · source chars 3623-4665

שפּעטער, אין פּעריאָד פון אומאָפּהענגיקן פּױלן, פּנלט וי ס'זענען דעמאָלט אויפגעקומען אין די ראַמען פון א ממשות- דיקער פֿאָלקס-באוועגונג, די יידיש-וועלטלעכע שולן, װאָס זענען נעשטאַנען אונטער דער דירעקטער אָנפירונג פון די יירישע סאַציאליסטישע ארבעטערפּאַרטײען ‏ בונד" און פּועלי-ציון (לינקע). די ביידע טיפּן שולן זענען געווען אונ- טערגעװואָרפן דער קאָנסאָלידירטער צענטראַלער אָנפירונג פון דער ציש"אַ (צענטראַלע יידישע שולאָרגאַניזאַציע), וועלכע האָט געהאַט איר זיצאָרט אין וארשע. אַ נאַנצע נעץ פון קרובהשע יידיש-וועלטלעכע אינסטיטוציעס אין דער הופּט. שטאָט װי אין נאַנצן לאַנד האָבן געטראָגן דעם עול פאַר דער אויסהאַלטוננ פון די ציש"אָדשולן, וועלכע האָבן אונטער זייער דאַך אַרונטערגענומען קינדער פון דער יידישער אַר- בעטער-מאַסע, װי פון דעם וינציקער באַמיטלטן קליינביר- גערלעכן קלאָס, די יידיש-וועלטלעכע שולן אין פּױלן, װאָס האָבן לרוב נגעטראָנן די נעמען פון באַרימטע יידישע אַרבע- טער-פירער צי שרייבערס, זענען געווען דער קװאַל פאַר נייע קאַדדען יידישער אינטעלינענץ, יידישע לערערס, היסטאָרי- קערס, מעדיצינערס, יוריסטן, שרייבערס און אויך מנהיגים.

passage_bf151bc8d9c1646490fff390
Passage 6normalized OCR · source chars 4667-5254

צו די קולטור-אינסטיטוציעס ביי לאָדזשער יידן פון א פריער- דיקער ביאָגראַפיע האָבן נעהערט אזעלכע וי דער , חזמיר" (אין דער פּראָמענאַדן-אלייע), די , האַרפע" (אויף פּאַלודניאָװאַ גאַס), די אר- בעטער-חיים מיט אירע קולטור- צווייגן (אויף אָלגינסקע גאָס) א"א. אוודאי גייט דאָ נישט אוים- צושעפּן אין אלע פּרטים די כראָניק פון דער אָרגאַניזירטער קולטור-אַר- בעט װאָס לאָדזשער יידן האָבן גע- הרב שלום מרייסטמאַן פירט אין סאַמע אָנהייב פונעם ישוב אָדער שפּעטער, נעוויס, ווען די שטאָט האָט זיך אַנטװיקלט וי אַ צענטער פאַר גרױיספּראָדוקציע, האָט די יידישע קולטור-אַקטיוויטעט אויך זיך אױיסגעשפּרײט און

passage_48ee6c39bcee45dff3081249