Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 31
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-594

ײיזיש לאָדזש 27 פאדמערט פילפאַכיק. א מיילשטיין אין אָט דעם קולטורוווקס ביי יידן און יידישקייט אין לאָדזש איז --- לדוגמא --- די קאָלאָ- סאַלע ביבליאָטעקן א"נ פון בראָניסלאַוו גראָסער אונטער דער השפּעה פון די בונדישע אינסטיטוציעס און א"נ פון בער באָראָכאָוו אונטער דער פירונג פון די לינקע פּועלי ציון. ערשט װוּ זענען די ביבליאָטעקן פון די ציוניסטישע און סאַציאליס- טיש-ציוניסטישע אַרגאניזאציעס, וועלכע האָבן צו גלייך מיטן , בונד" און פּוע"צ געהאַט גרויסע יוגנט-אָרגאניזאציעס וי אויך הכשרה-פּונקטן פאר די ציוניסטיש-אידעאַליסטישע יוגנטלעכע, וועלכע האָבן זיך אַקטיוו געגרייט צו עליה קיין ארץיישראל,

passage_4cb117f6e1ba154f97c1c13a
Passage 2normalized OCR · source chars 596-2141

הגם די טויערן פון דער מדינה זענען געווען פאַר- מאַכט כמעט אויף טויזנט שלעסער. דאָס נלייכן די אַרטאָראָקסיש - רעליגיעזע באַוועגונגען אונטערן צייכן פון דער יאנודה. און , מזרחי", האָבן אויף זייער : שטייגער נעפירט א קול- 2 טור-אַרבעט און אין דער זעלביקער צייט א שול-באַ- וועגונג, כאָטש די ריכטיקע פאַרנאַנדערװיקלונג פון אָט דער אַרבעט מצד די חסי" דישע יידן אין לאָרזש האָט באַקומען געזעלשאַפטלעכן פּירסוס און אויך הילף ערשט אין די סוף צוואנ- ציקער און אָנהייב דרייסי- קער יאָרן, ווען די אָרטאָדאָקסישע ריכטונגען זענען געװאָרן אַ נעזעלשאַפטלעכער כוח. זייער השפּעה האָט דערנאָך זיך שטאַרק געלאָזט אָנזען סיי אויפן פאָרום פון דער לאָדזשער קהילה און אפילו אין די יידיש פּאַרלאַמענטאַרישע קרייזן פון דער הויפּט- שטאָט. װאָס שייך דער לאָרזשער קהילה פאַר די לעצטע אַנ- דערהאַלבן יאָרצענדליק ביזן סוף יאָר 1989 האָבן די רעלי- גיעזע ריכטוננען פארנומען דעם אויבןאָן אין איר אָנפירוֹנג. דער אנודה-מנהיג לייב? מינצבערג איז ביון סאמע סוף געװען פאָרזיצער פון דער קהילה-פארוואלטונג און שלמה בודזינער, װאָרטזאָגער פון , מזרחי" (אלעקסאנדערער חסידים) איז גע- ווען פאָרזיצער פון קהילח-ראַט. פאר דער כאַראַקטעריסטיק פון דעם פּאָליטישן אייפער, װאָס די רעליניעזע פירערס האָבן ארויסנעוויזן צו מאָל אין דער פּראַקטישער קהילה-ארבעט איז כדאי ארויסצוהייבן דעם פאַקט, אז יעדעס מאָל, ווען עס איז זיך צונויפגעקומען דער לאָדזשער קהילה-ראַט כדי צו באשליסן וועגן נרונטיקע ענינים, האָט דער מזרחיסט שלמה בודזינער געעפנט דעם פּלענום מיט א העברעישן זאַץ: , רבותי, אני פּותח את הישיבה" און איז תיכף אריבערגעגאַנגען צו דער געשעפט- לעכער זייט פון דער אסיפה: מיינע הערן... כאָטש שוין געווען

passage_084d36ba95a610808eb397ca
Passage 3normalized OCR · source chars 2142-2716

געוווינט דערצו האָט אלע מאָל דער בונדישער ראַטמאַן אפרים לאָזער זעלמאַנאָװיטש פּראָטעסטירט, באשר מ'באַדאַרף נישט אין דער קהילה מאַכן קיין ציוניסטישע פּאָליטיק, די קהילה געהערט צו דעם נאַנצן כ9, אויך צו.. נישט זעלטן האָבן אויף דעם באָדן זיך פונאַנדערגעפלאַקערט די ליירנשאַפטן און משה העלמאן א עטאט אטא טאר עטאט ס'איז געווען נישט גרינג איינצושטילן דאָס געשריי, אן מ'מוז אָפּהיטן פּרינציפּן. סיי װי איז די פאָלקישקייט פון דער קהילה- ארבעט נישט נעמינערט געװאָרן און די דרינגלעכע נויט אין אזוי צי אַנדערש געשטילט געװאָרן מיט דער הילף פון די גאָרנישט ברייטע קהלישע מעגלעכקייטן.

passage_b8710001283125e9ba77e9df
Passage 4normalized OCR · source chars 2718-3776

צו הילף דער סאַציאלער ארבעט לטובת יידישע יתומים, קאַליקעס, זקנים, אָרעמע קימפּעטאָרנס, חולאים, זענען געווען סטאַבילע און ספּאָראַדישע קאַנאַלן פאר הכנסות. אחוץ סוב- סידיעס און פילאַנטראָפּישע ביישטייערונגען מצד יחידים און אָרגאַניזאציעס פון נאָטאַבעלן (, דאָבראָטשיננאַשטש", לאָזשע בני ברית, יתומים-הייזער), זענען געווען א צאָל יחידים-מעצע- נאַטן, צו וועלכע מ'האָט נאָר באדארפט גיין איינמאָנען זייער באדייטנדיקן צושטייער. מ'מוז צונעבן, אז אָפטמאָל אין דער צושטייער געווען אזוי גרויס , אין נאַטור", אז מ'האָט נעדאַרפט קומען מיט אוױטאַמאָבילן וװאָס זאָלן אוועקפירן די סחורות װאָס פארבריקאַנטן צי גרויפע סוחרים האָבן געגעבן פאר אזעלכע צוועקן, צו דעם זענען אויך צוגעקומען טשעקן אויף מזומנע סכומים געלט., איינער פון די אָנגעזעענסטע איינמאָנער, דער , גרויסער שנאָרער" האָט מען אים ליבלעך גערופן, איז געווען דער באַװוּסטער לאָדזשער נאָבעלין-פאַבריקאַנט ב. א. גליקסמאַן. שוין א מענטש אין די עלטערע יאָרן, האָט ער דאָך מיט ענערגיע געפירט די דאָזיקע פרייוויליקע הילפס-ארבעט און אזוי ארום געווען א זייל אין דער געזעלשאַפטלעכער פילאנ- טראָפּיע פאר דער יידישער אַרעמקייט,

passage_fa72aac3c69c88b81ca67f3a
Passage 5normalized OCR · source chars 3778-4973

נאָך א פּאָפּולערער קװאַל פאר הכנסות זענען געווען רי אָפטע בלימל-טעג װאָס אָרגאניזאציעס האָבן דורכגעפירט איבער אלע נאָסן און מערק פון שטאָט. ממש לעניאַנען פון פּאָרלעך פלענן זיך ארויסלאָזן איבער דער שטאָט, , באַפאַלן" דורכ- גייערס, פאָרערס אין טראמוייען, באַזוכערס אין קינאָס און יענער האָט אריינגעװאָרפן זיין מטבכע לטבות ניטליידנדיקע שװאַכע, קראנקע אא"וו. די שול-בודזשעטן פון לאָדזשער יידן זענען פון צייט צו צייט אויך אונטערגעװאָרפן געװאָרן אלגעמיינע געלט-זאמלונגען. אין אלנעמיין איז קולטוריארבעט ביי לאָדזשער יידן געווען א נאַטירלעכע קאָנסעקווענץ פון דער יידישער געזעלשאַטמטלעכער אַטמאָספער, וועלכע האָט ארויסנערופן די נויטווענדיקייט אויסצוברייטערן די גייסטיקע האָריזאָנטן. דאָס יידישע לאָדזש איז געווען באַשאַנסען מיט אױיטאָריטעטע, באַװוּסטזיניקע טוערס, װאָס האָבן סטימולירט דעם שיינעם איינשטעל, אז , קמח" באַדאַרף אומבאַדינגט גיין אין פּאָר מיט ,, תורה". די אינסטיטוציע פון פאָלקס-אוניווער- סיטעטן ביי פארשיידענע יידישע געזעלשאַפטן איז געוען א נאַטירלעכער גאַנג אויפן וװענ צו קולטור-פארשפּרייטונג צווישן יונג און אַלט. ליטערארישע אונטערנעמונגען, קולטור- אװונטן, צו מאָל ברייטע עפנטלעכע אימפּרעזעס אין גרויסע זאַלן זענען געווען אַן אָפטע דערשיינונג אין דער לאָדזשער יידישער געזעלשאַפטלעכקייט.

passage_0e540e27af9df3c4b709c2ac
Passage 6normalized OCR · source chars 4975-5307

פאַרנעם האָט די דאָזיקע יידישע קולטור-ארבעט באקו- מען ערשט אין די אָנהייב צװאַנציקער יאָרן. אנב, די יידישע פּובליציסטיק, װוי די היסטאָריאָגראַפיע פונעם יידנטום אין מזרח- און צענטראלאייראָפּע האָבן דעם דאָזיקן צייט-אָפ- שניט צוװוישן די ביידע וועלט-מלחמות -- די נרויליקסטע אין זיין טראַיעקטאָריע --- נענומען װי א מעסטער פון יירנס רער"

passage_e6fb225235123e81fa188409