Original scan
Original memorial-book scan 38
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-587

34 יי אָק רוטני--ליטערארישע פּראָפילן יירישלעך, גערעדט יידיש. נו, דער פּיאָנער פון מאָדערנעם ארץ-ישראל, בער? קאצענעלסאָן ז"ל, קומט דאָך אויך ארויס פון דעם זעלביקן שטאַם. יצחק קאַצענעלסאָן אין נעמלעך א לייבלעכער שוועסטערקינד פון בערעלען, דעם שיינד? פון ארץדישרא? עד היום הזה. פאַלקסטימלעך יידיש פּונקט וי העברעיש איז געווען איינן קאצענעלסאַנען שוין אין בראשית פון זיין שרייבעריי. אין יענע יאָרן האָט יצחק קאַצענעלסאָן פון פּרנסה וװוענן אויך זיך פארנומען מיט צעננויפשטעלן יידישע און אויך העברעישע כרעסטאָמאַטיעס פאר יידישע שולן, זינט דעמאָלט האָט ביי יצחקן גענומען דעם אוױיבנאָן -- יידיש.

passage_2c2165fee4f23693f9bea68f
Passage 2normalized OCR · source chars 589-1740

אָנגעהויבן האָט זיך דער דאָזיקער פּראָצעס אין די שפּעטע צװואַנציקער יאָרן, קאַצענעלסאָן, דעמאָלט שוין א פארמענ- לעכער מענטש (פון זיין דערפאָלגרייכער לערעריי, אויף העב- רעיש), האָט צום ערשטן מאָל זיך ארויסגעלאָזן אויף א גרווי- סער רייזע קיין ארץ-ישראל און זיינע רייזע-בילדער האָט ער פארעפנטלעכט נאָר אין יידיש, הגם דער דיכטער האָט געהאט די מעגלעכקייט צו פארעפנטלעכן די רייזע-בריוו אין דער העברעישער טאָנ-צייטונג היום, װאָס איז גראָדר דערשינען אין ווארשע. יצחק קאצענעלסאָן האָט ליב נעהאט די יידישע מאַסע, געפרייט זיך מיט איר צוזאמען, אויב אזא געלעגנהייט איז געווען און ער האָט זיך קרעפטיק אויסגעדריקט אין איר אַלטענלעכן לשון,. קאליררייך װוי עס זענען געווען די לענדער און פעלקער, וועלכע ער האָט געזען בעת זיין נסיעה, אזוי זאַפטיק איז געווען דער יידיש פון זיינע באשרייבוננען. פון די שמאָלע בלעטלעך, אָנגעפּיקעװועטע מיט דריבנענקן, לויטערן כתב האָט מיט ליכטיקן סמאַמע-לשון ארױיסגעקװאָלן דאָס גרויסע דיכטערישע האַרץ. יעדעס קאַפּיטל פון קאַצענלעסאָנס וועג-שילדערוננען איז נגעווען א ניי אַנטפּלעקטער אַנטיקער פּרק, א פארנעסן יידיש לעבן, נעזען מיט די אוינן פון א פּאֶעט און אָנגעמאָסטן, אָפּנעשאַצט פון א בעל-מוח, װאָס ציטערט איבער די זעלטנקייטן פון זיין פאָלק,

passage_99fdb49d382604e5975d3304
Passage 3normalized OCR · source chars 1742-2838

,דער וועג קיין ברינרזי" בלענדט נאָך היינט אין אונדז וי אַן איידלשטיין פון פּאֶעטישן סטיל און יידישער ואָרעמ- קייט. צו העברעיש פלענט דער דיכטער זיך צוריקקערן א מאָל, גלייך ער װאָלט זיך דערמאָנען אָן עפּעס פארגעסנס. יידיש איז געווען לייבלעך זיין מוזע, העברעיש איז געווען זיין ליבע מחמת דער דערציאונג, מחמת דער געוװוינטשאַפט. אָבער אין ייריש האָט געדייעט זיין קינסטלערישער כוח. יידיש האָט אים גענגעבן נאטירלעכן שווונג און אינספּיראַציע. נאָך מער:; אין זיין זאַפטיקן יידיש האָבן איבערצייגעוודיק און עכט געקלונ- גען אפילו קאצענעלסאַנס אימפּראָװיזאַציעס, וועלכע ער האָט אין אן אינדיווידועלן פּאָעטישן פארמעסט מיט בראָדערזאָנען אויף אָנגעצייכנטע טעמעס אָנגעשריבן עקספּראמט און פאר- עפנטלעכט אין ב. קארליניוסעס האילוסטרירטע ועלט", א װאָכנשריפט וװאָס איז דערשינען אין ווארשע אֶנהייב צװאַנציסער יאָרן, די טעמע פון ליבע, פון בענקשאַפּט, פרוי און נאַטור האָט זיך מיט דיכטערישער גראַציע פאַנאַנדערגעלױיכטן אין די דאָזיקע אימפּראָװיזאַציעס פון די ביידע חשובע לאָדזשער פּאָעטן. װאָסערע פּאֶעטישע חנען און שפּראַכלעכע נייקייטן יצחק קאַצענעלפאָן דער העברעער האָט אַנטפּלעקט שוין אין דעם דאָזיקן לידער-פארמעסט !

passage_1134c0148ae620fe0468e1e2
Passage 4normalized OCR · source chars 2840-3381

אַזא, א יידישער דיכטער אין יידיש, איז יצחק קאַצענעלסאָן געווען און געבליבן ביזן סוף פון זיינע טעג, וען ער איז געװאָרן דער איוב פון אונדזער יידישן דור, װאָס איז געװאָרפן געװאָרן אין די בראַנדן פון איבערמענטשלעכע פּרוּוון. מיר מיינען זיין אויפטרייסלענדיקע כראָניק-פּאָעמע פון אונדזער מבול-תקופה , דאָס ליד פון אויסנעהרנעטן יידישן פאָלק". אָבער דאָס איז געווען ביים אכזריותדיקן פלאַקער-פייער פון גרויסן יידישן לעבן, אין אֶנבליק פון אימהדיקן טויט פון גרויסע קהילות האָט דער דיכטער אָננעשריבן זיין אומפאר- נעסעלכע מגילה וי אויך זיינע קללה-לידער.

passage_3fb8ad6b468d16bc4fd1708b
Passage 5normalized OCR · source chars 3383-4949

נו, כ'באַדאַרף דאָ שטעלן דעם טראָפּ: במשך זיין נאַנצן דיכטערישן לעבן איז קאַצענעלסאָן נישט געווען קיין מקונן. אדרבא, ער האָט געאָטעמט מיט לעבנסלוסט, זיין װאָרט האָט געגליט פון ליבשאַפט צום לעבן; זיינע ריטמען האָבן אָנגע- שלאָנן אַן אָנרעגנדיקע װיטאַליטעט. די אייביקע באַנייאונג פון דער נאַטור איז געווען דער מעדיום פון זיין בענקשאַפט צו יושר און נוטהאַרציקייט צו מענטשן. אין זיין באַציאונג צו מענטש האָט ער געהאָט ממש אַן אוצר פון חסידישער התלה- בות. זען קאַצענעלסאַָנען א באַנײיסטערטן פון א שיינעם אויפ- טו, פון עמעצנס א גנוטער שורה, א געראָטן בוך, האָט נישט געהערט צו די זעלטנקייטן. בפרט האָט פון אים געשטראַלט ליבשאַפט צו תלמידי חכמים, צו קינסטלערס. ביי אים איז געווען אן אמתע שמחה, אז עס איז צונעקומען א נייער יידי- שער שרייבער; אזעלכן האָט ער סטימולירט בכ? אופנים, געשאַפן ארום אים די נייטיקע אַטמאָספער. א יוננ געוויקס דאַרף האָבן גענוג ליכט און ואַרעמקײט, און קאַצענעלסאָן האָט זיך אפילו אויסגעדוננען פאר אזוינעם. מישא טראַיאַנאָו, א דיכטערישער שפּראָץ פון נרויסשטאַטישן עלנט, האָט אין יצחק קאַצענלעסאַנען געפונען א מאָראַלישן און אויך א מא- טעריעלן אָנשפּאַר,. דער באַװונסטער פּאָעט, װאָס האָט געמוזט זיין אריינגעטאָן אויך אין ענינים פון זיין פאַנאַנדערגעװאָק- סענער פּריװואַט-שול, האָט אָפּנעשפּאַָרט פון זיין טייערער צייט כדי צו פארזאָרנן מיטן נייטיקסטן דעם טאַלאַנטפולן קליינ- שטעטלדיקן בחור, װאָס איז געקומען קיין לאָדזש זוכן שריי- בערישן תכלית. יצחק? האָט געהאַָט גרויס אָנזען אין שטאָט, און װוּ ער איז געקומען מאָנען, האָט ער אױיסגעפּועלט װאָס מכוון געווען. יצחק קאַצענעלסאָן פלעגט אין אזעלכע פאלן נישט בעטן, נאָר מאָנען, מחמת עס איז געווען באַװוסט, אז

passage_a3fb538669425c02c3b2a5b3
Passage 6normalized OCR · source chars 4950-5761

ער נופא באַלאַננט אויך צו די געבערס. אוודאי, דער דיכטער האָט נישט נעזשאַלעװעט פון זיינע איינענע מיטלען פאר אזעלכע. אזוי זענען געווען זיינע שטענדיקע שטוב-מענטשן דער שוין דערמאַנטער העברעישער שרייבער מאיר פּאַנער, אויך דער אָנגעזעענער אלטער געלערנטער ד"ר א. ש. קאמיע- נעצקי. דער מכניס-ארחדיקער באַלעבאָס האָט געשפּרײט נע- מיטלעכקייט ארום , זיינע מענטשן". און דער צונעלאָזענער יצחק קאַצענעלסאָן איז געװאָרן מלא-כעס, ער האָט זיך נישט געשעמט צו שטראָפן, אויב עמעצער האָט ארונטערגעריסן די חשיבות פון א כלל-זאַך אָדער פאַרלעצט דעם כבוד פון א יחיד, קאַצענעלסאָן איז געווען א ציוניסט, אים האָבן אָבער ליב געהאט אויך בונדיסטן, פּועלי-ציוניסטן און קאָמוניסטן. ווייל אין אלעמען האָט ער נעפונען א ניצוץ שיינקייט, א שטיקל מענטשלעכקייט. עמעצנס אידעאָלאָנישע סימפּאַטיעס האָבן נישט דעצידירט אין דער באַציאונג פון דעם דיכטער צום

passage_8ae1e223387b3deb1b4bf136