Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 43
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-997

יידיש לאָ דוש | 39 דאָס ניי זיך קונה שם געווען מיטן אריינברענגען מרים אולי- נאָווער, די טאַכטער פון קליינשטעטל, אין היכ? פון יידישן פּאָעטישן ליד. מרים אולאנאָווער איז ביז דעמאָלט, די אָנהייב צװאַנציקער יאָרן, געווען אין נאַנצן אַן אומבאַקאַנטער נאָמען, אויך אין שרייבערישן לאָדזש, װוּהין איר משפּחה איז ארי" בערגעפאָרן,. פרישמאַן האָט זי ארויסגעבראכט אין ממשות מיט א ואַרעמען פאָרװאָרט צו איר ערשטער און ליידער איינציקער) לידער-זאַמלונג ,דער באָבעס אוצר", ארויסנעגעבן מיט הידור פון פאַרלאַג לעוין-עפּשטײן אין ווארשע, איז זי, מרים אולינאָווער נעבליבן די געזאַלבטע מחברטע פון וייטערדיקע היים און שבתלידער, באַהויכטע מיטן גייסט פון יידישער טראַדיציע און בטחון. עס װועט בכן נישט זיין קיין חידושות אויב מיר ועלן זאָגן, אז צווישן דער חברה צעזונגענע, פאראומערטע און עלנ- טע יידישע שרייבערס און זינגערס פון כרך לאָדזש אין די יאָרן פון ליטעראַרישן פאַנאַנדערבלי איז מרים אולינאָווער געווען -- און געבליבן אינעם כוללדיקן בילר װאָס לאָזט זיך נישט פארנעסן -- א יחידה במינה. איינע, אן איינציקע, א זעלטנקייט,

passage_1682244ad229e6f0439bfad9
Passage 2normalized OCR · source chars 999-2308

זי האָט, אמת, װינציק געשאַפן, אין דער שטי? געשאַפֿן, אָבער איר ליד איז געווען ניכר מיט די באַזונדערע חנען און און אייננאַרטיקן ליכט. משמעות, אין איר דורכויסיקער יידיש- לעכער פּנימיותדיקייט, האָבן די שטורמישע געשעענישן, ואָס זענען קאַפּױער נעקומען אין דער צייט פון איר שעפערישער צייטיקונג, זיך צונויפגעשטויסן מיט איר געמיט. פון דעסטוועגן זענען ביי איר אויפנעקומען ציקלען נייע לידער, אויסגע- שפּינטע אויף דער קאַנװוע פון ווייבלעכער נשמה-יתירהדיקייט. שבת-לידער, טייטש-חומש-מאָטיוון און בענקשאַפט-מעלאָדיעס. עס איז אפילו באַװוּסט געװאָרן פאר יודעי חן, אז מרים אולי- נאָווער גרייט ענדלעך די אויסנאַבע פון אירס א נייעם בוך אונטערן נאָמען שבת-לידער. װוי װויל עס האָט זיך צו איר דיכטעריש געקלעפּט דער מאָטיוו פון באָבע-נעזאַנגען, איז דערצו געווען א כשרע פֹּאֶר דאָס געזאַנג פון שבת-קודש. צום אומנליק, צום ויי פאר אונדזער געדעכעניש אין די זאמלונג שבת-לידער פון דער ווננדערלעכער פרוי שוין נישט נולד גע- װאָרן, װעדליק די דיכטערין האָט עס פאַרפּלאַנט. צוזאמען מיט דער פֿאַרפאַסערין איז דאָס ווערק פארלענדט געװאָרן אין די יאָרן פון בראָך, ווען מרים אולינאָװוער האָט וועגעטירט, בככודיק מוראדיק געליטן צוזאמען מיט די שרידים פון יידישן שרייבערטום אין לאָדזשער געטאָ. וי אזא לייכט די דיכטערין אין געדעכעניש פון דער יידישער פּאָעזיע אין אַלגעמיין וכפרט ביי די װואָס האָבן געהאַט די זכיה צו זיין א צייט לאַנג אין איר נאָענטקייט,

passage_d1ed6e5c6fc0d9fff73816be
Passage 3normalized OCR · source chars 2310-3268

איר אומנעקינצלטע פּשטות, כאָטש אויסערלעך איז זי, מעשה-דאמע, אויך געווען סאָדערן אָנגנעטאָן, אין מרים אולינאָווער געווען די עכטע יידישע טאַכטער, אֶפּנעהיט ס'יידישקייט, געצונדן שבת-ליכט. און האָט זי אין שטוב גע- רעדט מיט איר ניישער דינסט פּױליש, האָט איר װאָרט אויסגעקלונגען יידישלעך, ואָרעם. אזוי איז זי געווען אייגנ- אַרטיק אין איר דיכטונג, געטריי דעם פאָלקסטימלעכן, טיף-יידישן מאָטיוו, פּשטותריק האָט זי באַזונגען די יידישע טראַדיצאָנעלקײט, דעם שטייגער פון ייד און זיין שבתיומטובדיקייט, אויפנע- דעקט די שיינקייט פון דער יידישער היים ואָס האָט אירע װאָרצלען אין שטעטל און אין זיינע התנהגות. מרים אולי- נאָווערס געטאָקטע לירישע לידער האָבן צווישן די בוך-טאָוו- לען פאַרבאַהאַלטן אלע חנען פון די פרומע יידישע באָבעס און מומעס, ואָס זענען אוועק אין די אייביקייטן און זייער אָפּנעהיטנקייט אין קינסטלעריש באַװאָרט אין דעם צאינה וראינה נמשל און אין דער צניעותדיקער שעמעװודיקייט פון כלה-מיירל. אָט װאָס פאר א ציכטיקייט עס וייעט פון אולינאָװערס ליד ,אַנטיקעלעך? :

passage_3651db6e4dbd0f717fa7be84
Passage 4normalized OCR · source chars 3270-4435

אַטמלט האָבן מײדעלעך דרײ, שײגינקע וי גאָלד מיט טײערע אַנטיקעלעך זיך זאַלבעדריט געפראָלט . * --- איך האָב א שטערך- טיכעלע -- האָט אײנע זיך באַרימט -- נאָך פון מײן עלטער" באָבעשי, געקעסטלט און געבלימט. -- איך האָב א ציטעריגעדעלע--די צוייטע הטָּט שטאַלצירט--- נאָך פון מײן עלטער'באַבעשי מיט דימענטלעך פאַרצירט. און נאַר דאָס דריטע מײדל האָט שטיל אין זיך ארײנגעלאַכט און שטיל דאָס שױבגטירעלע פון אַלקער אויפגעמאַכט. -- דאָס טײיערסטע אנטיקעלע פֿאַרמאָג איך אײגע גאָר -- די עלטער"באָבעשי פון טיבער הונדערט יאָרן לרוגמה איין ליד נאָר פון איר זשאַנער און פון דער אולינאָווערישער שטייגער-שילדערונג. אַנטקעגן דעם דיקן שטויב, װאָס ליינט זיך אויף אונדזער זכרון --- אויב עס האַנדלט זיך אין גלויבונגען װאָס האָבן געבליט אין פאלק --- זענען בלי ספק לייכטזיילן מרים אולינאָ- ווערס אַזעלכע לידער וי , פּוטערן-ברויט" און , הבדלה-וויין". זיי שטראַלן אויס יידיש-מענטשלעכע גוטסקייט. אין געצאַמטע קורצע שורהלעך, מיט פּשוטע שפּראַכלעכע מיטלען ברענגט די דיכטערין אונדז אריין אין א ספערע, וועלכע אין לפּנים נאָר, נאָר ווייט אוועק פון אונדז און דאָך איז זי אונדז נאָך האַרציק נאָענט, עמאָטיוו אייגן. װען סיפוטער-רברויט פּאַלט אױף דער ערד אראָפ, דאָ נעמט זיך צעשאָקלען דער באָבעשיס קָאָפּ

passage_3fa0078193fca6094073a62f
Passage 5normalized OCR · source chars 4437-4945

-- א סימן, מײן לעבן, א סימן, מײן קינד, דער חתן איז ערגעץ- טג הונגעריק אַביען. און די דיכטערין צעבענקט זיך נאָך דער ליבער באָבעשי, וועלכע איזן קענטיק אוועק שוין אויפן עולם האמת: אָ. װידער זען װאָלט איך דער באָבעשיס קאָפּ זיך שאָקלען, װען סיפּוטעררברױט פאַלט מיר אראָפֿ, דער באָבעשיס חנדל, אין שטערן דעם קויטש, צו הערן דעם ליבן, דעם הײמישן קגייטש! דאָס נעמלעכע איז מיטן הבדלה-וויין. פ'פאָלק האָט עס אָפט איבערנעחזרט, מרים אולינאַָווער האָט דעם מאָטיוו גע- געבן א חנעוװודיקן פּאָעטישן תיקון: * זיך בטרימט.

passage_462012a37746947a3c016f18