יידיש לאָדזש 41 סרולקע רובין, האָט ער באַלד ביי זיין שרייבערישן אֶנהייב זיך א שטרעק געטאָן צו דער רוישיקער פּרינציפּאַלנער ריי- כער נאַס. געשפּירט א ווידערווילן צו דער אָרעמקייט װאָס איז אים געווען א צויליננדשוועסטער, האָט ער באַגערט צו זיין װאָס ווייטער פון איר, כאָטש געשעמט זיך צו שטעלן א טראָט ,אהינצו", געווען אומדרייסט דערצו, אָבער ער האָט געװאַגט. געבראכט אים א פּיצעלע פון פארלוירענעם קליינשטעטל גאָװאַרטשאָוו אין דער עננשאַפט פון פעפערנאס װאָס אין סאַמע באַלוט, האָבן די קלאַנגען פון דער צעליאַרעמטער שטאָט אים א צי געטאָן מיט אן אויסטערלישן כוח. אָט דער כוח, װאָס האָט אַנטהאַלטן דאָס אַנטפּלעקערישע ליכט פון ויזיע, האָט אים ארויסגעשטויסן פון דער טוכלער ענגשאַפט. און סרולקע דער אין זיך פארביסענער יתום, האָט זיך באַװויזן א שרייבער. מיט דער פארנעמיקער אומהיימלעכקייט װאָס איז אין אים אָנגעװאָקסן פון זיין פינצטערלעכער היים ער גע- שטעלט טריט און געצייכנט זיך אַ וועג מיט אַ להכעיסדיקער שאַרפקייט. אויסטערליש איז ער געווען אין זיין זעען די ואָר װאָס רינגלט אים ארום און ממש אָנגרייפּעריש.
ישראל רובין, װי ער האָט זיך געחתמעט אין אֶנהייב, איז אזוי וי ער איז, שטיל, פּראָסט און פּשוט ארויס פון דער פעפער-גאָס, אריינגעשטעלט א פוס אין טומ? פון א צייטונג, געוויזן זיך פאר לייטן און -- געזיגט. מ'האָט באַלד דער- פילט, אז עס קומט א נייער שרייבער מיט אַן איינן װאָרט. ערשט דערנאָך איז ער נעװאָרן ישראל ראַבאָן, אַ נאָמען װאָס האָט זיך געעפנט איינענע האָריזאָנטן. געקומען מיט אלין געצוימטן אימפּעט און דער עיקר, מיט אייגנס, מיט דיכטע- רישן פארמעג װאָס האָט ארויסנעשימערט פון זיין נעבעכדיקן מענטשישן לעבן.
אוודאי, עס רערט זיך נישט פון די ערשטע װאַקלדיקע, קנאַפּ אָנזעעוודיקע שריט זיינע, ווען ער איז נאָך געווען דער יינגלינג ישראל רובין, דער בלייכער, דאַרער בחור מיטן לאַנגן נעשטופּלטן פּנים און אראָפּנעלאָזטע הונגעריקע אוינן. אין יענעם אָנהייב האָט ער נאָך נעשריבן סאַטירישע לידלעך אויף טאָניטעמעס אין די פרייטיק:נומערן פון לאַזאַר קאַהאַנס , פאָלקסבלאַט"; ער האָט אויך נגעפּרוווט ביי אומבאטייטיקע סקיצעס אין דעם רויטקעפּלדיקן ואָכנבלאַט ,פרייטיק" (אן אויסנאַבע פון דעם נעמלעכן לאַזאַר קאַהאַן). עס זענען געווען די יאָרן נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. לאָדזש איז נאָר װאָס געווען אַקופּירט פון דער ווילהעלמישער סאָלדאַטשינע, הוֹנ- גער און צערודערונג האָבן רואינירט איעדע שטוב און די פינצטערקייט האָט זיך נאָך געקלעפּט צו מענטשן אויף שריט און טריט,
סרולקע פון פעפער-גאס האָט עס אויך אָפּנעפילט. אין יענעם לֿאַנגן בין השמשות פאַר יידן האָט אויף דער יידישער פּרעסע געהאָט ארויפנעליינט די שווערע לאַפּע דער קייזערלעך- דייטשער פּאַליציי-פּרעזידיום און דאָס האָט וי א וידערויי- טיק זיך געשפּירט אויך נאָך דעם. די מענטשן פון די יירישע צייטונגען האָבן יאַקאָש געפּרוּווט זיך אָפּנעמען פאר יענע נגישות, געװואָרפן זיך אויף נייע אויסנאבעס. געווען פריער פאָר-צענזור, נגעווען זשאַנדאַרמישער ווילקיר און ס'האָט נע- וועלטיקט פּיינלעכע נויט. סרולקע איז דעמאָלט געווען צו יונג, אז ער זאָל זיך אליין זיך קענען אן עצה געבן. מחמת הוננער זענען אלע קינדער זיך צעלאָפן פון דער היים און סרולקע אט איז געווען אויסגעשטעלט אויף איינענעם באַראָט, אויף קלע- מענדיקער נויט. כאָטש קליין, איז ער נישט געווען קיין מורנו ביי דער אָרעמער מאַמע. דאָס שטיק? קאַרטךברויט, דער טעלער יושקע איז געווען דער חלום פון יעדן װאָס קען זיך נישט אליין העלפן אין ,אזא צייט", ווען דער נעכטיקער נביר איז געװאָרן א מדינה-גייער.
אזוי, אזוי, האָט עס אויסנעזען און לייט האָבן נעבעך זיך אױיסגעטאָן דאָס שעם-היט?. נו, און מענטשן האָבן בא- שיימפּערלעך געזען וי היענעס לעבן אויף, ווען ס'אין געקו- מען דאָס גערעטעניש אויפן טויט, מחמת דער מענטש אין זיין מענטשלעכער געשטאַלט איז אונטערגעגאַנגען. פריצייטיק האָט זיך אָנגעהויבן סרולקעס זעלבשטענדיקייט. א יתום נאָכן טאַטן האָט דער קליינער סרולקע פון אין דער פרי בין שפּעט אויף דער נאַכט ארומגעשלאַנדערט אין גאָס וי א פארבלאָנ- דזשעט חיהלע און בלורנע געזוכט זיין נישטיק אויסקומעניש, געווען קאַלט אין דרויסן, האָט ער זיך געטוליעט צו אַן איינ- נגעהייצטן אויוון פון א רשות הרבים; געעפנט זיך דעמאָלט פאראיינען פאר אָרעמע לייט, גאָרקיכן, האָבן מענטשן אהין געשטראָמט, וען זיי האָבן נאָר געקענט ארויס פון זייערע אָרעמע נעסטן. דעמאָלט האָט סרולקע, וועלכער האָט רעכט נישט געדענקט, אז ער האָט א צונאָמען רובין, שוין געמאָלט פּלאַקאַטן פאר דער , האַרפע", פאר דער ארבעטער-קיך, זיך אָנגעזאַפּט מיט די ריחות פון די געקעכטסן װאָס האָבן נע- קוויקט אַנדערע. מיינסטנס האָט סרולקע געליטן אֶנפאַלן פון הונגער-קאַנװוּלסיע און ס'רוב זיך גענערט סיט דער קנאה צו די עסנדיקע. די סלינע איז דעם יינג? געקומען אין מױל אריין, אין די אויגן האָט אים געפינצטערט. האָט עמעצער אָפּנעשפּאָרט א ביסן פון מוי? און געװאָלט עס געבן דעם פאַרשמאַכטן בחורל?, האָט סרולקע זיך אװועקנעדרייט פון יענעם. נישט זעלטן האָט סרולקע געויינט פון הוננער. די גראשנדיקע האָנאָראַרן, װאָס שוין דעמאָלט געקראָנן פון לאַזאַר קאַהאַנס בלאַָט, זענען דעם אומוויכטיקן מחבר צונע- װאָרפן געװאָרן װי נדבות, הגם דער רעדאַקטאָר קאַהאן האָט בפירוש געהאַלטן פון סרולקעס ליטערארישער באַנאַבונג. פון
רחמנות האָט מען אים אויך געגעבן צו כתיבהנען די אַפישן פאר דער ארבעטער-קיך ואָס האָט דורכגעפירט ליטערארישע אָוונטן,. מ'האָט עס געמאַכט אויף דער ניך, אימפּראָװויזירט, דערפאר נישט געלאָזט די ארבעט פאר חיים לייב פוקסן, ועפ- כער האָט שוין געשמט װי א שילדנמאַלער און ממילא נעקענט די מלאכה פון שרייבן פּלאַקאַטן. אָבער אין די דאָזיקע מאַלן האָט מען נעלאָזן אין דרויסן פוקסן, כאָטש מ'האָט אים נע- ציילט צװוישן די בונדיסטן, אויף דעם עלנטן סרולקע האָט מען געהאָט באַזונדערע איינזעעניש און אים געגעבן די אר- בעט פון גרייטן די אַפישן. יוסף מאָרננטאַלער, דער סעקרע- טאַר פון טעקסטיל-פאַראיין האָט זיך באַזונדערס נעפלייסט צו נעבן סרולקען א פאַרדינסט? ביי געזעלשאַפטלעכער אר- בעט; טאָרננטאַלער האָט זיך פאַרשטאַנען אויף סרולקעס פעיקייטן און אים נישט געקאַרנט אויך א גוט װאָרט, אפילו אים רעקאַמענדירט פאר מענטשן װאָס האָבן א דעה אין דער געזעלשאַפט, אויך ירחמיא? פּערנאַמענט האָט געהאָט א נעפיל פון סימפּאַטיע צו סרולקען און געװוּסט זיין דאָליע: א ייננל פון א פארװאָרלאָזטער היים, איז כדאי אים צו דערלאַנגען א האַנט -- --