יידיש לאָדוש 123 מוראדיקסטן עלנט און פארריסענער רייכקייט. מיט דעם קען מען דערקלערן די אזוי גערופענע להכעיסדיקייט אין ישראל ראַבאָנס מעטאָד פון קעגנשטעלן דאָס קאַלטס און ואַרעמס, װאָס װאַרפט זיך אָן דעם מענטשנקינד, אזוי אויך די פארבי- טערונג װאָס איז אָנגעקליידט אין די האַנדלוננען פון זיינע פּערסאָנאַזשן, די דיכטעריש אויסגעפאנטאזירטע וי די רעאַ- ליסטיש נעצייכנטע. חיים קרול
ס'אין מאָדנע: חיים קרול, א יידישער דיכטער פון דער האַרטנעקיקער שטאָט לאָדזש און -- א נישט-דאָיקער. ניין, עס איז נישט קיין טעות אין דער כאַראַקטעריסטיק. חיים קרול איז געווען א פרעמד-פלאנץ אין דער גרויסשטאָט און אזא איז געבליבן זיין חותם אין דער יידישער דיכטונג. חיים קרול איז א דיכטער װואָס איז אויפנענאַננען אונטער די לאָדזשער הימלען, אָבער ער האָט א פרעמדער געבלאָנדזשעט אין גרױיסשטאָטישן האַרמידער. א לירישע נאַטור וועדליק זיין מהות, איז ער גייסטיק געװאָקסן אָן א זייט, ווען ער האָט פארבלאַנדזשעט אין דעם צעשריגענעם ניו-יאָרק. אוודאי, דער פּאֶָעט חיים קרו? איז געווען באַלד אין זיין אָנהייב אַן אומרעאַלע דערשיינונג, אויב מ'קען זיך אזוי אויס- דריקן וועגן א לעבעדיקן מענטש. אין דער וועלט פון האַרבע, רויע רעאַליטעטן איז ער תמיד געווען נישט הי. ווען חיים קרול אין אויפנעקומען אין לאָדזש, דערזען זיך אקעגן דעם גינאַנט װאָס איז אויפגעמויערט געװאָרן פון מענטשלעכן כוח, האָט ער עפּעס פרעמדלעך אויפנעצאַפּלט מיט זיין צאַרטן לייב און לעבן; מיט זיינע אינסטינקטן האָט ער זיך געשפּירט באַצװוּנ- נען פון א צאָל אומדערבאַרעמלעכע מוזן, װאָס די טעגלעכקייט ארום אים האָבן דיקטירט, כדי צו קענען זיך האַלטן פיזיש אויף דער אויבערפלאַך. חיים קרול האָט נעאַרבעט זייט ביי זייט מיט זיין טאַטן כילקע, דעם אלמן, װאָס האָט טאָג איין, טאָג אויס, פון באַגינען ביזן אַוונט זיך געבויגן איבערן וועב- שטול און דמיונותדיק געווען פארטראָגן אין חלום צום אום- דערגרייכלעכן. חיים קרו? אין געװען װי א סאַמניבולישע געשטאַלט פּנים אל פּנים מיט די רעאַליטעטן װאָס זענען נישט סוב? קיין טרוימערייען. װאָרהאַפּטיק האָט חיים קרו? געהאַט א װאַרעמע, ליבע, אָבער אָרעמע יידישע היים, א האַרציקן טאַטן, מיט א גוט-
מוטיק, פרום פּנים, צוויי וווילדערצויגענע, איידעלע שוועס- טערלעך, ער אָבער, דער דיכטער, האָט א פאַרציטערטער וי א זומערפלאַטער? זיך געשפּירט צװישן הימל און ערד, אֶָן ממשותדיקן באָדן אונטער די פיס. בפּועל ממש א לאָדזשער, א זון פון דער ברויזיקער נרויסשטאָט, פארהאָרעוועט פארן ביסן ברויט, אָבער די דאָזיקע וועלט האָט ער נישט געזען. אווראי, דער קאָלאָס, װאָס ווערט געטריבן פון עלעקטרישער ענערגיע, אפילו זיין נאַכט װאָס איז באַלױכטן פון א שרייאיקער שיין, האָט אים אָפּנעשטױסן װוי א פרעמד קערפּער. ער האָט באַנומען,
חיים קרול, אז די ועלט װעוט יאַקבי רעגירט פון אורעלעמענטן, אָבער אים זענען זיי לחלוטין נישט נונע. אים אין גוט דאָס היימישע ווינקעלע נעבן טאַ- טעשי מיט די שוועסטערלעך אים איז ליב דאָס רייכערנ- דיקע עלפער לעמפּ? װאָס ווינט זיךך פאר אים אויף שטריק? אַנטקעגן דער וע- בערישער , לאַדע" אָדער עס בלינצלט (דערנאָך) אויפן טיש, ווען ער איז פארטיפט אין בוך פון נעטהע אָדער בייראָן. די גייסטיקע וועלט ואס דער טאַטעשי און דעם טאַטנס חבריה פון שילעכל אין ראַדאָנאָשטש האָבן נגעשפּרײט פאר אים, איז חיים קרולן געווען ליב װי עס איז אים געווען נאָענט די ספערע פון פּאָעזיע. אַזאַ, א נישט-דאָיקער, איזן ער געוװוען אַנטקענן דער האַמעטנער סביבה פון פּרנסה-מאַכערס דאָ און דאָרט, און אזעלכער אין ער געבליבן עד סופו, דער זעלטענער חיים קרול, װאָס אין א פריצייטיק פארוועלקטער, אן איינגעבראַכענער אוױיסגעגאַנגען אין א נידיאָרקער שפּיטאָל פאר אומהיילעוודיק קראנקע. צִּ
כ? ימיו איז חיים קרו? געװוען א בע? יסורים. ליבע- וװייטיקן האָבן אין אים מיט א מאָל אויפנעשוימט פּנים אל פּנים מיט א מייד?-דערשיינונג װאָס האָט פאר אים אָנגענומען אַן אומבאַנרייפלעכן כוח און די װאַרעמקײט מיטן נאָמען פון חייה- שרה, וועלכע האָט אין זיינע שפּעטערדיקע יאָרן אים גענערט מיט נייסטיקע יסורים,. חייה-שרה, דער עסענץ פון צאַרטער ליבע און חייה-שרה דער סוףפּסוק פון א נאַנצער לעבנס- פילאָזאָפיע װאָס האָט זיך געשטעלט אויף שוואכע, צעװאַקלטע פיס פון א דיכטער-נאַטוד אין איר לאַנגער גסיסה-טליעניש.
עס איז נישט קיין נוזמא; חייה-שרה, א װייבסנעשטאַלט האָט זיך געחלומט דעם יוננן, צאַרטן ליריקער חיים קרו? אין אָרעמען ראָג פון קאַלענבאך-געס? און וי אזא האָט זי זיך איינגעגראָבן מיט שפּיציקע נעגל אינעם קרוכלע לייב פון דעם דיכטער, ווען דער נורל האָט אים פארטראָנן מעבר לים. גע- רעדט מיט מעטאַפאָרן איז די טעמע חייה-שרה נאָכגענאַנגען חיים קרולן, דעם שטילן פּאֶָעט װי אַן אויפנייענדיקע לאָטאָס- בלום װאָס אזעלכע באַווייזט זיך גאָר זעלטן אינעם זינען פון אן אָרעמען יידישן יוננן מאַן, אָבער זי דווקא, זי האָט ממש זיך פאַרװאַנדלט אין א פיבערנדיקן וירוס פארן לייב פונעם פיזיש אָנגעגריפענעם דיכטער און אים דערפירט צוֹ -- פּאַראַליזש. נו, חייה-שרה, א פּשוטע, אַ פּרימיטיוע יירישע טאָכטער מיט א פיין פּנימל? און א תמימותדיק הערצעלע האָט אין תחילת געקענט געפעלן ווערן אזא ישיבה-בחורשן פּאֶעט װאָס הויערט װי א פארדרימלטער פויגל אונטער א וװעבער- שטול פון א הילצערן הויז. ס'איז געװען אין תחילת פון דעם דיכטערס דערװואַכטער יוגנט. אָבער צום סוף איז זי נישט נעווען ראוי די דאָזיקע גייסטיקע ריינקייט. א לייכט-גלוביקער,