44 | י אָקרוטני--ליטעראַרישע פּראָפילן א פּאָעט ביז די ואָרצלען פון זיינע נערוון אין ער געווען צו פיל רוחניותדיק פאר א מויד, וועלכע האָט געחלומט נאָר פונעם מאַן, פון דעם פיזישן באַנװעלטיקער און באַשיצער. פּאָעזיע? א צו געהויבענער באַגריף פאר אזעלכער, װאָס נאָר א חיים קרול האָט צו איר געקענט תפילה טאָן. יאָ, ער האָט א פארטראָגענער פון באַגייסטערונג צו חייה-שרהן אראָפּנע- צויגן די הימלען צו דער ערד און זיי געװאָרפן פאר אירע געטאָקטע פיס. אמת, אמת, חייה-שרה, די טאָכטער פון א פּראָסטער אָרע- מער היים האָט אין אֶנְהוֹיב גענעענט צו חיים קרולן דעם דיכטער, דעם אַנטיפאָד פון איר געשטאַלטלעכקייט, אָבער דער- נאָך האָט זי זיך שוין געשטרעקט צו א מער ממשותדיקן מאַן. דערין איז, פארשטענדלעך, א היפּשע דראַמאַטישע שפּאַנונג. חיים קרול?ל איזן נישט געווען מסונ?ל אויסצוהאַלטן די שפּאַנונג פון דער נאָר נישט רוחניותדיקער מויד, װי ער האָט עקשנות- דיק זי געװאָלט זעען און -- ער האָט זיך איינגעבראָכן. פאר װאָר, דער פּאָעט איז צעבראָכן געװאָרן פיזיש, גייסטיק, אָבער די נעמלעכע חייה-שרה, נישט אויסנעחלומטע, נישט די פיק- טיוו באַלענטע פונעם דיכטער, איז געבליבן דער אויגנרייסנ- דיקער עדות פון דער דראַמע חיים קרול, אויך חיים סרול -- דעם פּאֶעט,
אָן ספק: קודם-כל איז חיים קרול, דער איש-לאָדזש, דער זון פון דעם פרומען כילקע קרול, געווען א יידישער פּאָעט בחסד עליון. פון אים ווילט זיך װאָס מער דערציילן, דערפון, װאָס עס עקבערט אין אונדזער זינען. צּ וי מ'זאָגט עס אין דער מליצה, אין חיי-שרה דער הויפּט- סטימו? צו חיים קרולס מערסטע געזאנגען און תפילות װאָס זענען ארויס פון זיין אויסגעליכטיקטער נעסט, דאָס האַרץ. חיים קרו? נופא האָט אונדז אריינגעפירט אין די סודי- סודות פון זיין גרויסער ליבע, תמימותדיק אונדז באַקענט מיט זיין דולציניי. ער האָט עס געטאָן מיט זיין בוך , פון מיין טאַטנס שטוב", װאָס איז געהאַלטן ממש וי אַן אינטימער לירישער טאָגבוך און ער האָט עס געגעבן אינעם רוב פון זיינע לידער, חייה-שרה איז זיין וועלט, חייה-שרה זיין גאָט, אָבער חייה-שרה איז געװאָרן דער סם, װאָס האָט לסוף אָפּנעטױט, דערשטיקט דעם חלום און זיין חלומער. נאָר װעגן דעם האָט דער דיכטער נישט קיין כוח, און נישט די דרייסטקייט צו דערציילן פאר די בלעטלעך פון זיין לעבנסבוך, װאָס אין א בוך פון געליי- טערטער פּאָעזיע ;אין פּריזמע פון הייליקן װאָס אין געשענדט געװאָרן.
װי פון א הייליק יידיש ספרל רעדט זיך ביי חיים קרולן וועגן זיין באַשערטער, , מיין כלה, מיט וועמען איך האָב אין א לבנה-נאַכט געוועבט ס'טוך פון דער צוקונפט --- מיין אַלְץ פון מיין לעבן. וועמען איך האָב אָנגעטרויט דעם אינגעווייר פון מיין לייב. װי א פּערלשנור האָב איך פון מיין לייב דעם אינגעווייד ארויסגעריסן און דערמיט איר נאַקעטן נוף ארומ- געוויקלט. אין אירע צעפּ, װאָס האָבן זיך געבאָמבלט אויף איר נאַקן וי לולבים, האָב איך דאָס נאֶלד פון מיין איין-און צװאַנציק יעריקער עלטער איינגעפלאָכטן"... און אז ער װאַרט אויף חייה-שרהן אין זיין טאַטנס שטוב, קומט יום-טוב און
שיר-השירימדיקייט אריין אין דער אָרעמער היים, װאָס אריבער װאַקלדיקע, הילצערנע שטיגן פון אן ענגן אביונותדיקן הינטער- שטאָטישן הויף: ,, איך נעם זיך גרייטן אויפן מיטװאָך (וען ס'איז אָנגעזאָגט חייה-שרהס קומען צו זיי). איך פּוץ מיינע נעג?, װי א מייד?, און איך ואַש מיינע ציין. און ביי אונדן אין שטוב גייט אָן א פלייסיקע אַרבעט. מיינע שוועסטערלעך שטויבן אֶפּ די צוויי לאַנדשאַפטן װאָס הענגען איבער דער װאַנט, פּוצן אָפּ די בעטן-ווענטלעך, ואַשן איבער די פּאָך- לאָגע... ס'ווערט אַװונט. מיין פאָטער גייט אין דער חברה דאַװ- נען מנחה-מעריב און מיינע שוועסטערלעך פּוצן זיך אויס לכבוד חייה-שרהן און אויך דערפאר, וװאָס עס איז געקומען דער שיינער, קילער אֶװונט פון רו. מיין שוועסטער צירעלע האָט נגעאַרבעט הינטערן שטול וי איך, וי מיין טאַטע, און מיין קליין שוועסטער? פייטשעלע, האָט געפירט דאָס ווירט- שאַפט". װי אין א טאָגבוך פארצייכנט חיים קרול די נעשעע- נישן און דאָס קלערן זיינס בייטאָג און ס'חלומען ביינאַכט. חייה-שרה איז דער צענטער פון דער נאַנצער שיינער וועלט. יאָ, עס אין אוועק אין די העכערע עולמות זיין ליבע צו חייה-שרהן :
, חייה-שרה --- די לעב-טעג פון שרהן, חיי-חיים --- די לעב-טעג פון חיימען. כ'האָב דאָס מייד? פארביבלישט אויף מיין נאָמען, װאָרן פיר יאֶָר דורכאנאנד האָט דאָס מייד? חייה- שרה נישט געהערט איר נאָמען פון מיינע ליפּן ארויסרעדן, נאָר געהיים, װוי א קמיע, האָב איך נעטראָגן און װוי א ברכה האָב איך אים נעשעפּטשעט. כ'פלעג זיך איינקאָרטשען וי א שלאַנג פאר נדולה, און דעם נאָמען חייה-שרה מיטן גרעסטן כוח אין דער שטי? ארויסרעדן". מיטן דערשיינען פון דעם מייד?ל איז חיים קרול?ל באַשיימפּערלעך איבער א נייס געבוירן געװאָרן,. ער איז ארומגעגאַנגען א פארכישופטער. א נישט היגער. און האָט ער גענומען רעדן, איז ער פו? געווען מיט איר. פארן גוטן טאַטן האָט ער זיך א ביס? געשעמט, פאר די שוועסטערלעך אויכעט. פארן פּאַפּיר, פאר דער איינענער אינטימיטעט האָט ער ערשט ארויסגעזאָגט די פרייד פון זיינע פריידן. , יערעס ביימעלע פלענ איך א נאָמען נעבן מיט חייה- שרהס נאָמען. יעדעס טייכ? פלעג איך א נאָמען געבן חייה-שרה, כ'פלעג די זילבן פון איר נאָמען פונאַנדערטיילן און זיי אויס- זעצן אין די רעגנבוינגן שאַרפן -- --- דאָס איז זיין מאַנצביל- שער טאָגבוך; ערשט אין די פּאֶעטישע לידער האָט דאָס מיירל געקראָנן ביי חיימען איר ריכטיקן תיקון. חייה-שרה שװועבט איבער קרולס האָריזאָנטן, זי אין מיט אים שטענדיק, אומעטום. |
טאַקע, חייה-שרה איז דער אַלץ מיט אַנאַנד אין חיים קרולס וועלט, אָבער דער פילנדיקער און חלומענדיקער דיב- טער האָט פונדעסטווענן נעלעכצט נאָך די אָן א שיעור שיינ- קייטן און פאַרבאָרגנקייטן װאָס עס פארמאַנט די ערד מחוץ זיינע באַגרענעצטע נבולן. ער האָט, אמת, זיך אויפגעהאָדעװעט אין דורכויסיקער אָרעמקייט, אָבער זיין דאָרשט צו וויסן און דערקלערן דעם מענטש אין זיין פילגעשטאַלטיקייט, אין זיינע גייסטיקע פארוואנדלוננען אין משך פון יאָרטױיזנטער, האָט חיים קרולן דעם וועבער-זון דערפירט צו א גרויסער קענטע- ניש. אחוץ זיין לערנען יינגלווייז אין חדר, אין בית-מררש, האָט ער מעשה-אױטאָדידאַקט אָן אויפהער געלערנט ביי די פעלקער די חכמה פון נייסטיקער פארטיפוננ. סיט התטדה