96 ש. ראַנאָזשינסקי : לאָדזש -- װוי איך גערענק עס אַָרום דער צערקווע. דאָס איןז געווען די פרעמדע סאָךי נע וועלט, אין וועלכער מען האָט געלערנט, אַז יידן האָבן דער- הרגעט קריסטוסן, און אַז זיי נוצן קריסטלעך בלוט צום באַקן מצות.
מיין פאַרבינדונג מיטן געזעלשאַפטלעכן לעבן האָט זיך אָנגעהויבן דורך ספּאָרט. איך בין געווען אַן אַקטיווער מיטגליד אין ספּאָרט-קלוב , האַסמאָנעאַ" (018500062). עס איז געוען אַ יונגע ספּאָרט-געזעלשאַפּט, וועלכע האָט זיך געשטיצט אויף דער שופ-יוננט. זיינע פאַרבן זענען געווען בלוי-וייס. דער קלוב האָט געהאַט אַ פוטבאָל-סעקציע און אַ לייכט-אַטלעטיק סעקציע. זיינע דערפאָלגן אויפן ספּאָרט-פעלד זענען נישט גע- ווען קיין גרויסע. עס זענען געווען אַנדערע ספּאָרט-פאַרבאַנדן אין לאָדזש, עטלעכע ערנסטערע מיט מער מיטגלידער. עס האָט עקזיסטירט דער עלטסטער ספּאָרט-קלוב , בר-כוכבא". שפּעטער איז אַנטשטאַנען , הכוח". די ספּאָרט-קלובן האָבן געהאַט אַ סך אַ ברייטערע געזעלשאַפטלעכע באַזע. , בר-כוכבא" האָט זיך אויסגעטיילט אין נימנאַסטיק; , הכוח" אין געווען דער איינ- ציקער יידישער ספּאָרט-קלוב, וועלכער האָט דערגרייכט אַ הע- כערן ספּאָרט-ניוואָ אין פוטבאָל און האָט אַ געוויסע צייט גע- הערט צו דער ערשטער פוטבאָל-דיוויזיע. די פוטבאָל-מעטשן פון , הכוח" פלעגן באַזוכן טויזנטער מענטשן. עס זענען אויך געווען , קדימה" און אַנדערע ספּאָרט-קלובן, וועלכע האָבן זיך נעשטיצט אויף די אַרבעטער-פּאַרטײען, וי , מאָרגענשטערן" (, יוטשניאַ") און , שטערן" (,גװיאַזדאַ"). |
יידישער ספּאָרט האָט אין לאָדזש נישט געהאַט קיין טראַ- דיציע און קיינער פון די קלובן האָט נישט דערגרייכט אַזאַ דערפאָלג, װוי צום ביישפּיל, , מכבי" אין קראָקע, אָדער , האַס- מאָנעאַ?" אין לעמבערג. ווען איך גרייך מיטן געדאַנק צו דער פאַרגאַנגענהײט, קומען צוריק איינגעשפּאַרטערהײט דערינערונגען וועגן ערשטן אָרנאַניזאַציאָנעלן דורכפאַל, מיט ועלכן כ'האָב זיך אָנגע- טראָפן,. מיר האָבן פּרובירט צו אָרגאַניזירן לייכט-אַטלעטישע פאַרמעסטונגען, אין וועלכע עס האָבן געזאָלט אָנטיילנעמען אַלע יידישע ספּאָרט-געזעלשאַפטן, דער דאָזיקער פּרוּוו האָט זיך פאַרענדיקט מיט אַ פול- שטענדיקן דורכפאַל. יעדער קלוב האָט געזוכט זיין איינע- געם דערפאָלג, און ס'איז דעריבער אוממעגלעך געווען זיך צו דערריידן וועגן אַ פּראָגראַם פאַר די פארמעסטוננען. אויפן ספּאָרט-פעלד האָט נעהערשט אומא-דענוננ. יעדער קלוב האָט איינגעאָרדנט זיינע אייגענע פאַרמעסטונגען, נישט נעמענדיק אין אַכט די אַנדערע קלובן. דאָס איז געווען מיין ערשטע לעבנס:לעקציע, וי אין דער פּראַקטיק עס זעט אויס די יידישע אייניקייט און צוזאַ- מענאַרבעט, |
דער פאַקט, װאָס יידישער ספּאָרט האָט זיך נישט איינגע- װאָרצלט אין לאָדזש, האָט געהאַט זיינע סיבות. לאָדזש, וי אַ שטאָט האָט פאַרמאָגט אַ קליינע צאָל ספּאָרט-פּלעצער און די יידישע ספּאָרט-קלובן האָבן אַפילו קיין איינעם נישט געהאַט צו זייער דיספּאָזיציע. דער יידישער אַרבעטער-קלאַס האָט נישט אַרױסגעװיזן קיין גרויסן אינטערעס אין ספּאָרט. די שול-יוגנט, די דאָזיקע נאַטירלעכע באַזע פאַר פאַרשידענע ספּאָרט-טעטי- קייטן, האָט נישט געהאַט קיין אַנטשפּרעכנדע באַדינגונגען צו
אַנטװיקלען דעם ספּאָרט-אינסטינקט. דער באַגריף: ספּאָרט און פיזישע דערציאונג האָט איבערהויפּט נישט עקזיסטירט אין די יירישע שולן. ספּאָרט האָט זיך באַנגרענעצט צו צוויי לעקציעס גימנאַסטיק א ואָך, צו 49 מינוט. װי אַ טיפּישער ביישפּיל קען דינען די יידישע גימנאַזיע: די שו? האָט נישט געהאַט קיין ספּאַרט-פּלאַץ און דער קליינער שול-הויף איז געווען טייל- ווייז ברוקירט. די לעקציעס פון גימנאַסטיק זענען פאָרגעקומען אין אַ זאַל. לייכט-אַטלעטישע איבונגען (שפּריננען, לויפן), אָדער פוטבאָל-שפּילן, וועגן דעם האָט קיין רייר נישט געקענט זיין. ערשט אין די שפּעטערדיקע יאָרן, ווען עס האָט זיך אַנט- וויקלט דאָס שפּילן אין קאָרב-באָל, האָט מען אויפן שול-הויף איינגעפירט די דאָזיקע שפּיל, כאָטש דער הויף איז צו דעם געווען נישט צונעפּאַסט.
איך פוז אויך דאָ דערמאַנען (כאָטש ס'איז נישט באַ- שיידן), אַז מיט מיין איניציאַטיוו (פון אַ 10יאָריקן בחור) איז ביי אונדז אין שול? אַנטשטאַנען א ספּאָרט-קלוב פאַר קאָרב-באָל. מיר האָבן אים אָנגערופן , טריאומף". פאַר אונדזער צוזאַמענגעלייגט געלט, האָבן מיר געקויפט די ערשטע ספּאָרט- אוניפאָרמען, אין וועלכע מיר זענען אַרױסגעטראָטן וי אַ מאַנ- שאַפט. אונדזער דירעקטאָר, פּערעלמאַן, האָט אונדז געגעבן אַ רעקאַמענדאַציע-בריוו צו איינער פון די יידישע פאַבריקן. איך קאָן מיר נישט דערמאַָנען דעם נאָמען פון פאַבריקאנט -- אָבער איך געדענק גוט, אַז מיר האָבן פאר די ספּאָרט- קאָסטיומען געדאַרפט באַצאָלן. ערשט יאָרן שפּעטער, האָט אונדזער שול דערגרייכט צו האָבן אייגענע ספּאָרט-קאָסטיומען. צּ
מיטן רייף וערן, האָבן אַנדערע פאַראינטערעסירונגען פאַרנומען דאָס אָרט פון ספּאָרט. ווען פּאָליטיק האָט זיך אַרײינ- געריסן אין מיין לעבן, איז זיך שווער צו דערמאָנען. כ'געדענק, אַז אין די צװאַנציקער יאָרן איז קיין לאָדזש נעקומען צו פאָרן נחום סאָקאָלאָוו,. אונדזער שול האָט באַקומען עטלעכע בילעטן צו דער פאַרזאַמלונג, װאָס האָט געזאָלט פאָרקומען אין דער פילהאַרמאָניע, אויף נאַרוטאָװיטשאַ גאָס. מיר האָבן די בי- לעטן פאַרנאַנדערגעטײלט לויט אַ גור?. איך בין געווען צווישן די גליקלעכע צו געווינען א בילעט. וי דורך אַ נעפּל געדענק איך, אַז דאַן איז אויך אָנוועזנד געווען אַ פאָרשטייער פון דער פּוילישער מאַכט. סאַקאָלאָו האָט גערעדט פּויליש, ואַרשײנלעך צוליב דעם טאַקע. דער פאַקט, אַז אַן אָפּיציעלֶער פאָרשטייער פון דער פּולישער רע- גירונג האָט זיך באַטײליקט אין אַ יידישער פאַרזאַמלונג, האָט אַ סך געזאָגט. די ציוניסטישע באַװעגונג האָט באַקומען אָנזען אין דער אינטערנאַציאָנאַלער וועלט און מיט דעם זעט אויס, האָט זיך די פּוילישע רעגירונג גערעכנט. דער בלויזער פאַקט, אַז איך געדענק די דאָזיקע פאַרזאַמלונג, וי זי װאָלט ערשט נישט לאַנג פאָרגעקומען, באַװייזט װאָס פאַראַ טיפן איינדרוק עס האָט אויף מיר געמאַכט,
דער פאַקטישער איבערברוך אין מיין לעבן אין פאָרגע- קומען אין יאֶר 1929, ווען מען האָט געעפנט דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די דאָזיקע געשעעניש האָט גע- האַט אַן ערנסטע אויסווירקונג אויף דער אַנטװיקלונג פון דער ציוניסטישער באַװעגונג אין דער וועלט. אין לאָדזש אין דאַן