66 החרב ד"ר י. ראפּאָפּאָרט -- א נשמהח-ליכט פארן צװוייטן יידישן נימנאַזיום אין לאָרזש פּוילִיש מיטן קונה. אַמאָל האָב איך אויך נעדארפט גיין רופן דעם שבת-גוי, וועלכער איז געווען דער סטרוזש אינעם הויז װוּ מיר האָבן געװווינט און אים בעטן, אז ער זאָל צוקומען צו אונדז און מאַכן א פייער אין קוך, שבת אין דער פרי, כדי אָנצוּוואַרעמען דאָס עסן, אָדער אויסצולעשן די עלעקטרע פרייטיק-צו-נאַכטס ווען מיר האָבן געהאַלטן ביים גיין שלאָפן -- האָב איך גערעדט פּויליש סמיטן סטרוזש אונדזערן. ערשט ווען איך בין געװאָרן א שילער אינעם גימנאַזיום האָב איך באַמערקט וי די יידישע יוגנם -- און איך אליין בתוכם -- האָבן גערעדט בלויז פּויליש. איינער האָט גערעדט בעסער, מיט אַ ריינערן אַקצענט, און אַ צווייטער האָט גערעדט ערגער, מיט אַ פרעמדן אַקצענט, אָבער פּױליש האָט מען גערעדט. די אַלגעמײינע לעקציעס זענען געווען אין פּויליש, און ווען מען האָט געשפּילט ספּאָרט אינעם הויף פון דער שולע איז דאָס אויך געווען אויף פּויליש. דאָס איז געוען אונדזער אָפיציעלֶע שפּראך, נישט נאָר אין קלאס, נאָר אויך אין דער היים, און אין נאָס.
פאַרשטייט זיך ;אז די העברעאישע שפּראַך האָט געהאַט אַ חשובן פּלאַץ אין אונדזער גימנאַזיע, וועלכע אין געווען איינע פון די דריי העברעישע נימנאַזיעס, וועלכע האָבן גע- הערט צו דער , נעזעלשאַפט פון די יידישע פמיטל-שולן" אונטער דער הופּטלייטונג פון ראבינער ד"ר מאַרקוס בראודע פון דער באריסמטער מאָדערנער שול אויף אלעע קאשטשושקי אין לאָדזש. : צען אָדער צוועלף לעקציעס אַ ואָך האָבן מיר געהאט אין דער העברעאישער שפּראַך, און געלערנט האָבן מיר רעמאָלט נישט נאָר תנ"ך, נאָר אויך העברעאישע ליטעראטור און יירישע געשיכטע, און מיר האָבן דיסקוטירט אין העברעאיש און מיר האָבן געשריבן אויפזאַצן אין העברעאיש.
אָבער צווישן אַ דרייסיק שילער פון מיין קלאָס זענען געווען -- אויף וויפיל איך געדענק -- נישט מער וי צוויי, וועלכע האָבן אין פּרינציפּ גערעדט נאָר העברעיש דעמאָלט ווען זיי האָבן נישט נעמוזט זיך באנוצן מיט פּויליש: איינער האָט נעהייסן פיינשטיין, וועלכע אין געװוען אן איבערנעגע- בענער סיטגליד פון דער יוגנטאָרנאַניזאַציע ,נורדוניה", און דער צווייטער אין געווען מיטן נאָמען בונין, וועמענס פאטער איז אליין געווען א העברעאישער לערער אין איינער פון די מערערע יירישע שולעס אין לאָדזש. א חוץ די דער- מאָנטע צוויי תלמידים ביי מיר אין קלאס האָבן אַלֶע אַנדערע גערעדט פּויליש -- און איך בין געווען צווישן זיי. די נאַנצע צייט איז אזוי געווען און איך האָב געשפּירט, אַז אין באַציר זיך עפּעס מיט פרעמדע פעדערן. עס איז אָבער נישט געווען בלויז װאָס איך האָב געפילט, אַז איך באַציר זיך מיט פרעמדע פעדערן. אפשר װאָלְט איך דעם דאָזיקן געפיל נעקענט דעמאָלט אונטערדריקן מיטן תירוץ, אַן מיר האָבן אויך אַ צוייטע און איצטאויפלעבנדיקע שפּראַך --- דאָס הייסט העברעאיש.
אין צוזאמענהאנג מיט דעם אין כדאי צו דערמאָנען, אַז אין אונדוער גימנאַזיע -- זי האָט זיך אָנגערופן די צווייטע נימנאַזיע? אויף נומער 16 מאַגיסטראַצקע גאָס אין סעגנזאץ צו , דער ערשטער גימנאַזיע" װאָס אין געשטאַנען אַנטקעגן איבער אין דער זעלבער נאָס אויף נומער ? -- האָבן די סטודנעטן ארויסנעגעבן א חורשלעכע צייטשריםט, און אַ העלפט פון פאַרעפנטלעכטן מאַטעריאַל איז געווען אין פּוילִיש און די צווייטע העלפט אין העברעאיש. אזוי, אַז א חוץ די פרעמדע פעדערן האָבן מיר געהאט אויך איינענע פעדערן --- און ווי נאָך איינענע פעדערן ! אָבער איך האָב פּלוצלונג אַנטדעקט, אז די יידישע שפּראך, מיט וועלכער איך האָב זיך ביז איצט געהאָט באַנוצט -- אין דער היים און צװוישן חברים און אין בית המדרש און אין דער ישבה -- איז פון איצט אָן געווען אזוי וי ארויס- געשטופּט פון מיין לעבן. צווישן די שילער האָט מען געויינ- לעך נישט גערעדט קיין ייריש, און מיט די לערער װאָלטן מיר דאָך מסתמא נישט געװאַגט צו רעדן יידיש. די שפּראַך איז געווען צו גלותדיק, אַ זשאַרנאָן מיט וועלכן מען האָט נישט ליב פּאַראַדירן אין דער צייט ווען אונדזערע שילער האָבן פּאַראַדירט מיט העברעאיש, און װאָס שייך פּויליש האָבן זיי זי גערעדט אזוי וי זי װאָלט געווען זייער נאָרמאַלע פוטער-שפּראך,
ביי מיר האָט די לאַנע דעמאָלט אויסגעוען, אז מען האָט פון מיר אויסגעפליקט די אייגענע פעדערן, און עס איז מיר געווען קאַלט, בשעת די פרעמדע פעדערן האָבן מיר קיין גרויס װאַרעמקייט נישט געגעבן. אַ סך יאָרן זענען שפּעטער פאַרביינענאַנגען אין וועלכע איך האָב קיין יידיש נישט נע- רעדט מיט קיינעם. איך האָב די שפּראַך באַנוצט אין שריפט, אָבער אויף דער צונג אין מיר סמיין יידיש פאַרזשאװערט געװאָרן. איך האָב ביסלעכויין אָנגעהויבן באַגרייפן פאַרװאָס פאַרשידענע מענטשן פון די חסידישע קרייון --- זענען נישט געווען אזוי אַנטציקט מיטן געדאַנק פון שיקן זייערע קינ- דער אין גימנאַזיע. ,דו הויבסט אָן מיט אויפנעבן דיין אייגן לִשׁון, און דו װעסט פאַרענדיקן מיט אויפנעבן דיין פאָלק'ס אמונה", מיינע קרובים אין לאָדזש האָבן פאר דעם אַלעם מורא געהאַט, און ווען זיי זענען נישט געקומען אויפן װאָקזאַל מיך צו באַגריסן, האָבן זיי מיר גענעבן אֶנצוהערן, אז זיי זענען מיט מיין נייעם סכנה-וועג נישט מסכים, זאָל אונדזער ברונז אויף דיר -- האָבן זיי געטראַכט --- זיין א װאָרענונג, אַז דו זאָלסט זיך היטן פאר דער סכנה. איך האָב זיך געוויס געשפּירט זייער אומבאַקועם, צּ מיט דער צייט האָב איך דורכגעמאַכט אויך אַנדערע אומאַנגענעמלעכקייטן, כאָטש אויף אַ נאָר אַנדערן געביט,
אַז מען גייט אין נימנאַזיע איז פאַרשטענדלעך, אַז קיין גרויס פרומקייט װועט מען מיט דיר דאָרט נישט לערנען. העברעאיש און תנ"ך און יידישע נעשיכטע און מיטלאַלטער- לעכע און נייצייטלעכע העברעישע ליטעראטור -- אַלץ װעט מען דאָרט שטודירן. אָבער נאָר שטודירן כדי דאָס צו קענען אזוי װוי מען קאָן די פּוילישע ליטעראטור און אזוי וי מען קאָן די כללים פון כעמיע און די כללים פון מאַטעמאַטיק, אַלֶע שטודירעכצער זענען שיין. איך אליין האָב ליב נעהאט כעמיע און מאַטעמאַטיק און פּסיכאַָלאָניע. אָבער צו שטודירן אַ וויסנשאַפט איז איין זאַך און זי צו פּראַקטיצירן אין לעבן --- און זיך מקריב זיין פאר איר --- איז אַ צווייטע זאך.