Original scan
Original memorial-book scan 88
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1127

84 יידישע פּרעסע אין לאָדוש י. שאַליט, שפּעטערדיקער סיים-דעפּוטאַט דר. י. ראָזענבלאַט און מרדכי יאַרבלום. אוגער האָט צונעצוינן אויך געצל אייך- נערן און דעם רעפּאָרטער משה פיינקינד. סטאַבילע מיטארבעטער פון , טאַגעבלאַט? זענען געווען: משה לידאַר, מאָריס ראָזענפעלד (שװאָנער פון לאַזאַר קאַהאַן), גרשון גראָסמאַן, יצחק ריווקינד. פאַרעפנטלעכט זיינע ערשטע לידער האָט דער דיכטער יצחסק פּליואַצקי. מיטגעאַרבעט אין יענער צייט האָבן: יוחנן קין (קאָרעספּאָנדענט פון ווין), אינזש. פּראַשקער, ד"ר שווייג, אדוו. שטראוך, ד"ר נתן עק, ד"ר עלבערג, טאַרטאַקאָװוער, ד"ר ארמיאן, בראָמבערג-ביטקאָווסקי, נײינאָלדבערנ, יוסף לעווי (די לעצטע דריי האָבן אין יאֶר 1999 ארויסגענעבן אין לאָדזש די צייטשריפט , אונדזער טריבונע", צענטראַל-אָרגאַן פון צ"ס-התאחדות). פון צייט צו צייט האָבן זיך אין , טאַגעבלאָט" נגעדרוקט: ד"ר ווילהעלם פאַלעק (רעצענזיעס פון טעאַטער), חיים-יצחק בונין (רעליניעזער פילאָזאָף), מ. י. קרעניצקי (געשיכטע), נ. סילאנסקי (פּעליעטאָנען), דוד וויינריב (רעפּאַרטאַזשן), דער אַרטיסט יוליוס אדלער האָט נעשריבן אַרטיקלען וװעגן טעאַטער. מאיר הערץ -- חסידישע מעשות, יעקב אִבאַזשאַנעק -- הומאָריסטישע לידלעך, ב. פאַרעצקי, יעקב קירשבוים (שטאָ-

passage_62961b1ad9e6d13dd76d885d
Passage 2normalized OCR · source chars 1129-2220

טישע כראָניק), א. י. בזשעזשינסקי, א. באָרענשטיין, מענדל? קאָכאַנסקי. די וועכנטלעכע הומאָריסטישע אָפּטײלונג האָבן צוזאמענ- געשטעלט גרשון גראָסמאַן און שמעון שפּינעל, מיט אָט די אַלע סמיטאַרבעטער איז דאָס , לאָרזשער טאַגעבלאַט?" דערשינען ביון סוף פון דער ערשטער ועלט- מלחמה. אין אומאָפּהענגיקן פּוילן איז דאָס , לאָרזשער פאָלקסבלאַט" ווירער דערשינען, אונטערן נאָמען , פאָלקסבלאַט". צו די נייע מיטאַרבעטער האָבן דאַן געהערט: לאַזאַר פוקס, י. ראָזענבערנ (כראָניק, ראָמאַן און טעאַטער-רעצענזיעס), א. שלעזינגער (קליינע פּעליעטאָנען), ח. ל, פוקס (וועגן ביכער און מאָלעריי), י. ש. גאָלדשטײן האָט נעפירט די הומאָריסטישע אָפּטײלוננ: , שראַפּנעל". אין , לאָדזשער טאַגעבלאט? זענען פאָרגעקומען ענדע- רונגען, אונער האָט געװאָלט געווינען זיין אמאָליקן אָנזען. ער ציט צו אַלס מיטאַרבעטער דעם אַדוו. לעװינזאָן (שפּעטער געווען א סיים-דעפּוטאַט פון דער ליסטע פון מינדערהייטס.- בלאָק), אהרן אַלפּערן, לייב בערמאַן (גראַף קאַלי), יעקב בער ניפּס, ישראל רובין (ראַבאָן), יוסף טורקאָ, אַלטער אייזענשלאָס (חסידישע פאָלקס-מעשות), קאַצענעלסאָן און מ. בראָדערזאָן האָבן זיך נעדרוקט יעדן פרייטיק אין ביידע צייטונגען.

passage_a1068ed71d3841314674b9da