Original scan
Original memorial-book scan 95
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1084

ידיש לאָדוש ייר דייר ייר דירי ריאי אידאר דירי דירי דראל ליל אררירייריררירדיררריריידיריילרארדירירדיריירריררירדידירר יירידיקדיאלררירקירדייירארדיר דייר ארייא לדדלדלראראררקארדיקידארארארררידיעיראלראראריקאראעראריררידיידיליאאלרדררדידיאלדארערדידיזא לקער יירד ייד ואווא :2,445 איז געװען א טאָגיטעגלעכע דערשיינונג. אפילו וען די גמינע האָם אייננעפירט אַ רעגולערע אַרבעטער- צושטעל דינסט -- אויפן פאַרלאַנג פון די אָקופּאַנטן --- האָט דאָס כאַפּן אויף אַרבעט, װי אַ פאָרם פון סאַ- דיזם און טעראָר, נישט אויפנעהערט. אין הסכם מיט די דייטשע פּלענער פון באַפרייען װאַרטעגאָו" (װאַרטע-לאַנד), װאָס איז געװאָרן א טייל פון דריטן רייך, פון יידן -- האָט זיך דעם 13טן דע- צעמבער אָנגעהויבן דער ערשטער גירוש פון די לאָדזשער יידן. דאָס איז געשען אויפן באַפע? פון היטלערס און הימלערס דעקרעטן: , מאַכן אָרט אויף די פאַרנומענע פּוילישע מערב-געביטן פאַר די דייטשן, וועלכע מען האָט נעבראַכט פון רוסלאַנד, לויטן אָפּמאַך וועגן נאַציאָ- נאַליטעטן אויסטויש". די גמינע האָט גערופן דער יידישער באַפעלקערונג זיך צו רעגיסטרירן. מען האָט אַפילו צוגעזאָנגט 80 מאַרק אויף אַ קאָפּ פאַר די, וועלכע וועלן פאָרן פרייוויליס.

passage_3dfbdf3bbed82c98fc83b127
Passage 2normalized OCR · source chars 1086-1751

אונטערן דרוק פון די געשעענישן, זענען לאָרזשער יידן געלאָפן סיין װאַרשע און אין די קליינע שטעטלעך אָרום. אָפּיציעל זענען פון לאָרזש אָפּנעפאָרן אין , גענע- ראַל-גװוערנאַמענט" (װוי ס'האָט דאַן געהייסן דער טייל פּוילן ביז דער רוסישער גרענעץ) 6.000 יידן. די אַקציע האָט בלויז געדויערט 4 טעג, און דעם /17טן דעצעמבער האָט מען זי אָפּנערופן. אין אֶנהוֹיב יאַנואַר 1940 זענען אין לאָרזש געווען 9 טויזנט יידן. 14 טויזנט האָבן געפעלט, אין דער ערשטער סטאדיע פון , לייזן דער יידנ- פראַנע" האָבן די דייטשן געהאַלטן פאַר צוועקזאַם צו קאָנצענטרירן די יידן אויף איינגעשלאָסענע ווין- געביטן. אַ לעבנגעבליבענער פון לאָדזשער געטאָ, דער היס- טאָריקער לוציאַן דאָבראָשיצקי דערציילט :

passage_449b57abcfed3d6865e0331f
Passage 3normalized OCR · source chars 1753-2764

אין דעצעמבער 1929 האָט די היטלעריסטישע מאַכט באַשלאָסן צו קאָנצענטרירן אַלֶע לאָדזשער יידן אין איין אַרומנעצוימטן שטאָט - סװאַרטא?, ‏ דער צי?ל דערפון איז דורך דעם פּרעזידענט פון דער דייטשער פּאַליציי, איבעלהער, פאָרמולירט געװאָרן אין אַ געהיימען צירקולאַר אויף דעם פאָלגנדן אופן;: דאָס שאַפן אַ געטאָ איז פאַרשטענדלעך, בלויז א צייטווייליסער שריט. איך אַלֵיין װע? באַשליסן אין װאָס פארא טערמין און מיט וועלכע מיטלען, דאָס געטאָ און דערמיט אויך די שטאָט וועלן אויסגערייניקט ווערן פון יידן. דער ענט- גילטיקער ציל מוז זיין: די פולשטענדיקע אױיסראַָטונג פון דער דאָזיקער פּעסט". כאָטש דער צירקולאר איז נעווען א געהיימער, האָבן רי דייטשן, אפילו די, וועלכע זענען נישט געווען פארבונדן מיט דער פּאַליציי, געשטאַפּאָ אָדער אנדערע אֶקופּאַציע-אָפּטײלונ- נען -- געװווסט ווענן אָט דעם געטאַפּראָיעקט. זיי זענען רע- ריבער איבערגעפאַלן באַקװעמע יירדישע וווינונגען אין צענטער שטאָט און האָבן פון דאָרטן פאריאָנט די באלעבאטים. אָן א פאראַרדענונג, נאָר מיט פתם טעראָר צווינגט מען א ,אל די גרויסע סינאַגטָגע (אלײע קְשַשטְשושלַי

passage_b115b7d65bdef41a97b6f7cc
Passage 4normalized OCR · source chars 2766-3424

דער יידישער אינטעליגענץ (דאָקטוירים, אַדװאָקאַטן, רענ- טיסטן) אריבערצוציען זיך קיין באַלוט. אויך די פּוילישע אינ- טעלינענץ ליידט פון אָט דעם כאַאָטישן פארכאפּן װוינוננען. זיי ווערן נעצווונגען אריבערצוציען זיך סיין כאִיני. די יירישע געשעפטן און פאבריקן ווערן קאָנפיסקירט. טראָץ דעם, װאָס די דייטשן האָבן זיך באַמיט דאָס אויס- רויבן פון יידישן פארמעגן געבן א סטאַטוט פון לענאַלקייט --- דורך אריינזעצן אין די נעשעפטן און פאבריקן , טרויהענדער" - האָבן דאָך פארשידענע אַמטן דורכגעפירט אוילרע קאַנפיסקאציעס". ייריש לעבן און יידיש פארמעגן איז געווען הפקר. אין אָט די דאָזיקע ערב-געטאָ חדשים האָט שוין רומ- קאָווסקי, דער , יודענעלטסטער" געהאט אויפנעשטעלט אן אד"

passage_198c9a15c7c1203d21ce6bd5