Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 97
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1098

די דייטשן, האָבנדיק אין זין, אז ביז דער , ענטגילטיקער לייזונג" (די טאָטאַלע פאַרניכטונג פון די יידן) ועלן יידן דאַרפן װווינען אין נגעטאָ א געוויסע צייט, האָבן זיי אויך צוגע- גרייט א פּלאַן, לויטן וועלכן דאָס אינערלעכע געטאָ-לעבן דארף אָרגאניזירט ווערן. דעם 10 דעצעמבער 1959, האָט דער רעגירוננס-פּרעזידענט פון קאַלישער רעגענציע (רעגירונגס באַצירק) איבעלהער, פאַנאַנדערגעשיקט א שטרענג געהיימע פאַראַרדענונג צו די אַקופּאַציע-אַמטן אין לאָדזש, ווענגן איינשטעלן א געטאָ. אין דעם צירקולאר זענען שוין פאָרויסגעזען פאָלננדע אַמטן, װאָס דאַרפן אַרנאַניזירט ווערן אין לאָדזשער געטאָ: 1 רעפעראט ערנערונג: איינריכטונג און אויפהאַלטונג פון אלגעמיינע קיכן; פארקויף פון שפּייז װאָס זענען פאַראַן אין געטאָ און אויך די, וועלכע ווערן צוגעשטעלט דורך דער שטאַט-פאַרװאַלטונג. פארטיילונג פון ברענ- שטאָף, צונעשטעלט דורך דער שטאָט-פאַרװאַלטוננ. 2. רעפעראט געזונטהייטס-וועזן: אָנשטעלן דאָקטוירים; אָרגאניזירן אַפּטייקן; איינריכטונג פון שפּיטעלער; סטאַ- ציעס קעגן עפּידעמישע קראַנקהייטן; אָנשטעלן פלעגער- פּערסאָנאַל; פארזאָרנן מיט טרינק-װואַסער, קלאָזעטן און ארויספיר פון אָפּפא?, צושטעלן דערצו נויטיקע איינריכטוננען.

passage_66fea9c1446b944d8ea54c39
Passage 2normalized OCR · source chars 1100-2033

2. רעפעראט רעכנונגס-וועזן: פינאַנסירונג פון די צונע- טיילטע שפּיז. 4 רעפעראט זיכערהייט: בילדונג פון אָרדנונגסירינסט און פייערלעשער, 5. רעפעראט איינאָרדנונג: פארטיילונג פון די פאראנענע וווינונגען. איינריכטונג פון װוין-באַראַקן, באַשאַפונג פון לאגערשטעטן". 6 רעפעראט מעלדונגס-וועזן: זאָל ארומנעמען אלע אין געטאַָ פאראנענע פּערזאָנען און האָבן די קאָנטראָל איבער דעם אֶנקום און אויסנאַנג פון די געטאָ-אײנװױינער. צּ אָפּנעשלאָסן פון דער וועלט, געפינט זיך דאָס געטאָ אונ- טערן אויפזיכט פון דער דייטשער געטאַָ-פארוואלטונג; גע- שטאַפּאָ און קריפּאָ,. (געהיימע שטאַטס-פּאָליצײ און קרימינאַל- פּאָליציי), דער איינציקער אָפּיציעלער פארמיטלער צװוישן דער געטאָ-באַפעלקערונג און די דייטשן איז מרדכי חיים רומ- קאָווסקי, באַקאַנט צװישן די יידן װוי דער קיסר פון געטאָ. דאָס זיין אָפּנעזונדערט פון דער ארומיקער באַפעלקערונג, איײינגעשפּאַרט צװישן שטעכל-דראָטן, לאָזן זיך די דאָזיקע באַ- דיננונגען באַלד אָפּפילן אין נגעטאָ. עס נעמט הערשן הונגער.

passage_cadbeeda9efd821f3b893f69
Passage 3normalized OCR · source chars 2035-2916

אין יענע טעג פארצייכנט באָנע ווינער אין זיין טאָג-בוך: ;אין אויגוסט 1940 פּלאַצט דאָס געדולד פון דער הונגעריקער מאַסע. מען שטורעמט דאָס זיץ-אָרט פון רומקאַָווסקין אויף לוטאָמירסקא. רומקאווסקי ברענגט די דייטשן אין געטאָ. טאַבאַקסבלאָט שרייבט: 8 הונגער בושעװועט אין געטאָ. אַ חמון באַפאַלט אַ קאַרטאָפל פּלאַץ און צעכאַפּט דעם יידיש לאָדוש 93 גאַנצן סכום קאַרטאַפל, דייטשע פֹּאַלִיצֵיי מיט מאַשין-געווער צעטרייבן דעם עולם. דאָס איז געווען אין אוינוסט 1940", אין רעזולטאַט פון די אומרוען, רופט רומקאָווסקי א באַ- ראַטונג מיט די פאָרשטייער פון די ארבעטער-פּארטייען, אויף וועלכער ער לייגט פאָר א מאַניפעסט. אונטער דער דאַטע פון 19טן סעפּטעמבער 1940 אין באַקאַנט רומקאָווסקיס , מאַניפעסט? צו די פאָרשטייער פון די אַרבעטער-פּאַרטײען, אַז: די געטאָ-אײנװוינער װעלן באַקומען אונטערשטיצונג: 9 מאַרק פאַר אַ דערװואַקסענעם און 7 מאַרק פאַר אַ קינד ביז 4 יאָר. די אונטערשטיצונג אין חודשלעך,

passage_b62e04563ad8dea62317d117
Passage 4normalized OCR · source chars 2918-4001

דער סאַציאַלער אויפברויז אין נעטאָ נעמט ארום דעם פּעריאָד פון אויגוסט 1940 ביז מערץ 1941, עס איןז כדאי צו פארצייכענען עטלעכע פאַלן; סעפּטעמבער 1940 -- זיץ- שטרייק פון שניידער-רעסאָרט, לאנעווניצקע גאָס 93 כם. יאנואר 21, 1941 -- א שטרייק און ראַנגלענישן מיט דער געטאָ-פּאָליצײי אין טישלער-רעסאָרט, װווּ ס'זענען געווען בא- שעפטיקט 2380 ארבעטער. אין די ערשטע טעג פון פעברואר 1941 -- א שטורמישע דעמאָנסטראציע פון ארום 4100 מענטשן, וועלכע פּראָטעס- טירן קענן רומקאָווסקיס ווירטשאפט., די נעטאַיפּאָליציי צע- יאָנט די דעמאָנסטראנטן און פירט דורך ארעסטן, דאָס איז געווען --- לויט װאָלף יאַסני (אין זיין בוך: געשיכטע פון יידן אין לאָדזש אין די יאָרן פון דער דייטשער אַקופּאַציע) די לעצטע דעמאַנסטראַציע אין געטאָ ליצמאנ- שטאַדט,, רומקאָווסקי אונטערדריקט ברוטאַ? די שטרייקן, באַ- נוצנדיק זיך מיט טאָפּלטע מיטלען. פון איין זייט: ארעסטן און באַזייטיקן פון דער אַרבעט פון די אָנפירער; פון דער אנדערער זייט: ספעציעלע איינמאָליקע שפּייז-צוטיילונגען, אלס אויסצייכענונג פאר די ארבעטער. בשעת די דעפּאָרטאַציעס רעכנט זיך רומקאָווסקי אִפּ מיט די שטרייקנדע ארבעטער, וי אין פא? מיטן קעסלשמידך- רעסאָרט,

passage_8191e6ed663c8e4ebeb0b98d
Passage 5normalized OCR · source chars 4003-4992

די אַרבעטער פון רעסאָרט (אויף קורצשטראַסע 17) האָבן פארשטרייקט, סוף דעצעמבער 1941. רומקאָווסקי פארשפּארט 1 שטרייקנדע אין איינצלקאַמערן, אין תפיסה. פון דאָרט פירט מען זיי יעדן טאָג, אונטער שטרענגער פּאַליציי שמירה צו דער ארבעט. 9 פון די אָנפירער זענען דעפּאָרטירט געװאָרן, ערשט ווען די ארבעטער שיקן אן אנטשולדיקונגס-בריוו צו רומקאָווסקין, ווערן די 19 באַפרייט, די שטרייקן און אומרוען זענען געווען געװוענדט קעגן רומקאָווסקין און זיין אַדמיניסטראציע, וועלכע האָט געלעבט אין װױלטאָג, ווען די ברייטע מאַסן האָבן געהונגערט. די אלגע- מיינע פארהעלטענישן אין געטאָ קאָן מען אורטיילן פון צויי ציטאַטן; אין טאָג-בוך, געפירט אין לאָדזשער געטאָ, פאַרצייכנט אינזש. יאקוב פּאַזנאַנסקי: ליידער עקזיסטירט אין געטאָ כמעט נישט קיין עטיק --- און די פראַנע אַפּראָװיזאַציע איז אויפן ערשטן אָרט", א סך שאַרפער זאָגט זיך ארויס ישרא? טאַבאַקסבלאַט אין זיין בוך: , חורבן לאָדזש?: ;אב עס זענען געשען עוולות אין געטאָ, אויב דאָס װאָרט: יושר האָט זיך אין געטאָ- לעקסיקאָן בכל? נישט נעפונען -- האָט דאָס פארברעכן פון

passage_31c69671405a6ea54304a3db