Original scan
Original memorial-book scan 99
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1135

יי דיש לאַָ דוש 95 קאָרופּציע געהערט צו אזא קאַטענאָריע, פאר וועלכע יעדע שטראָף איז צו קליין". , חונגער-טויט איז נישט געווען קיין נאָווינע אין געטאָ". און אויף א צווייט אָרט דערציילט טאַבאַקסבלאַט: ‏ די , זאָנדער אָפּטײילונג", ביים נעמען דעם רעמאַנענט, דעם 50 יוני 1944, האָט געפונען אין די לאַגערן פון דער אַפּראָװיזאַ- ציע ריזיקע קװאַנטומס פּראָדוקטן, װי: ריין; קאַשע, קאַקאאָ, שאָקאָלאַד; גרויסע פעסער ויין און ליקערן". צו זיין הויכפּונקט איז דער הוננער אין געטאָ דערגאַנגען אין זומער 1942. ד"ר שיקער, װאָס איז א געוויסע צייט געווען אָנפירער פון דער געזונטהייטס - אָפּטײלונג שילדערט דעם מצב פון געטאָ: , בלויז די זאַטע געטאָ-פּני, וועלכע זענען געווען פארטעמפּט פון וװװוילטאָנ, האָבן נישט געזען די ענרע- רונגען אין לעבן פון די געטאָ-איינװוױינער: מענטשן זענען געװאָרן אױיסגעדאַרט, געשװאָלן, געגאַנגען מיט קאַטשקע-טריט, װאָס איזן אזוי כאַראַקטעריסטיש פארן פעלן פון קאַלך אין די ביינער. -= == = --- --- -- אין געטאָ איז דער ציבור געשװאָלן געװאָרן פון הונגער און א גרופּע פּריווילינירטע -- געשװואָלן פון צופי?ל עסן". עס איז דערגאַנגען דערצו, אז קאַרטאַפ? שאָלעכץ האָט מען ארויסגענעבן אויף א צייגעניש פון א דאָקטער -- וי א מעדיצין...

passage_f387799203b3a2835c1b400a
Passage 2normalized OCR · source chars 1137-2293

שטיקער ליידיקער באָדן ווערט פאַרפּאַכטעט, די געטאָ- איינוווינער ווילן ארויסקרינן פון דער ערד גרינסן, מ'זאָל קענען כאָטש די נשמה דערהאַלטן,. אפילו איינציקע פרוכט- בוימער ווערן פארפּאַכטעט -- וויי? אלץ געהערט צום פּריץ -- דעם יודענעלטעסטן. צּ אויסער די סאַדיסטישע שיקאַנעס פון דער דייטשער מאַכט, האָבן די געטאָ-יידן אויך געליטן פון דער יידישער געטאָ-פּאָליצײי, פון וועלכער עס האָט זיך אויסגעצייכנט הערצ- בערג -- דער פארװואַלטער פון דער געטאַ-יתפיסה. ער האָט איינגעפירט א שוידערלעכן רעזשים אין תפיסה, פון וועלכן שמייסן איז געווען איינע פון די שטראָפן דער ערשטער קרבן איז געווען דער פורמאן פישל? גנוטמאַן -- וועלכער האָט יעדן צווייטן טאָנ גנעקראָגן 20 שמיץ. הערצבערג האָט אויך געהאַט צו זיין דיספּאָזיציע א פֹּאָ- ליצי-אָפּטײלונג, און פלענט איבערפאלן ביינאכט ווינונגען, ארויסשלעפּן פארדעכטיקטע אין פּאַליטישער וידערשפּעני קייט, פארשפּאַרן די מענטשן אין תפיסה און צעשלאָגן דערביי. ער האָט דורכנעפירט קאָנפיסקאַציעס פון וערט-זאַכן לטובת דער , קריפּאָ? --- און געווען דערצו א שותף. אויסער דאָס , רויטע הייז?ל" װוּ עס האָט זיך געפונען רי ,קריפּאָ? --- איז הערצבערגס תפיסה אויף טשאַרניעצקיענאָ געווען אן אדרעס, װאָס האָט אָנגעװאָרפן א גרויל אויף רי געטאָדיידן.

passage_25d7739be5f0787951c2ac0a
Passage 3normalized OCR · source chars 2295-3184

הערצבערנן, צוזאמען מיט זיין פרוי און 9 זין, װי אויך 7 פּאַליציסטן פון דער תפּיסה-פּאָליציי -- האָט מען ארעס- טירט דעם 12 מערץ 1942., נאָכן ארעסט האָט מען געפונען פארגראָבן ארום הערצבערנס דריי וווינונגען לעגענדאַרע סו- מעס גאָלד, בריליאַנטן און פּראָדוקטן. אזוי האָט עס אָפּנע- שאַצט דאָס נעטאָ. לויט אן אָפיציעלן דאָקומענט -- װי עס פארצייכנט װאָלף יאַסני -- אין דאָס געפונענע פארמעגן אָפּנעשאַצט געװאָרן אויף 80 טויזנט רייכסמאַרק. באַזונדערס איז די ברוטאַליטעט פון דער געטאָ-פּאָליצײ געקומען צום אויסדרוק אין 1942, בשעת די דעפּאָרטאַציעס קיין בעלמנאָ. צּ עס איז כדאי צו פארצייכענען די טעטיקייט פון עטלעכע אינסטיטוציעס אין געטאָ, וי די פּאָסט, למשל -- װאָס האָט אין א געוויסער מאָס געהאָלפן די יידן. אָבער נאָך מער -- האָבן זיך פון דער געטאָ-פּאָסט בארייכערט די דייטשן. דער פאל: פּאָסט -- אין אויך כאַראַקטעריסטיש פאר דער צייט- וייליקער אױטאָנאָמיע, פון וועלכער דאָס נעטאָ האָט גענאָסן,

passage_a8feef019ec0020ae2c9b5a3
Passage 4normalized OCR · source chars 3186-4227

די יידישע פּאָסט האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט אין מאַי 0, ווען רומקאָווסקי האָט געשלאָסן אן אִפּמאַך מיט פאַר- טרעטער פון דייטשן פּאָסט-אַמט. דאָרט האָבן געאַרבעט אן ערך 180 פּערזאָן. די פּאָסט-מאַרקן האָבן געהאַט יידישע אוים- שריפטן, אָפּצייכענונגען (מגן-דור) און דעם פּאָרטרעט פון רומקאָווסקין. דער קינסטלערישער אויסליינ איז נעווען פון א באַדייטנדן ניװאָ. דורך דער פּאָסט זענען דורכגעגאַנגען בריוו, פּאַקעטן, געלט-איבערווייזוננען. דער פּאָסט-פאַרקער איז אָפּנעשטעלט געװאָרן ערב די דעפּאָרטאַציעס קיין כעלמנאָ. (אין רייטשן לעקסיקאָן: קולמהאָף). צו דער געטאָדאױטאָנאָמיע, געהערט אויך דאָס געטאָ-געלט: נעטאָ-מאַרקן. (מען זאָל זיי אונטערשיידן פון רייכסמאַרקן). ביי די יידן האָט דאָס געלט געהייסן: רומקעס. (אויפן נאָמען פון רומקאָווסקין). זיי האָבן געטראָגן אויף זיך די דאטע פון 19 סאי, 1940. די געטאָ-מאַרקן, װוי אויך נע- שטאַנצטע מעטאַלענע מטבעות, זענען געווען די אָפיציעלֶע אומלויף וואלוטע. די אלע װאָס האָבן פארמאָנט רייכסמאַרקן, האָבן עס --- אונטער דראָונג פון שטראָף, געמוזט אויסטוישן. צִּ רומקאָווסקי האָט אויך געשאַפן דעם געטאָ-אַרכיו.

passage_2eba6a2c7df4af0d39422dc7
Passage 5normalized OCR · source chars 4229-5137

איינע פון די ויכטיקסטע אויסנאַבן פון דעם דאָזיקן אַרכיוו איז געווען דער , ביולעטין פון טאָניטעגלעכער כראָניק" אין צוויי שפּראכן; פּויליש און דייטש. דער דאָזיקער ביו- לעטין (פּויליש) איזן באשטימט געװאָרן פאר אינערלעכער אינפאָרמאַציע,. צו אים האָבן געהאַט א צוטריט נאָר די הע- כערע באַאַמטע פון רומקאָווסקיס אַדמיניסטראציע. עס אין אָבער נויטיק געווען א מאָדערנער קאָמוניקאַציע-מיט?ל צווישן דער נעטאָדאַדמיניסטראַציע און דער באַפעלקערונג. אזוי אין אַנטשטאַנען די צייטונג, װאָס האָט טאַקע געהייסן: ,געטאָ- צייטונג", רעדאקטאָר איז באַשטימט געװאָרן ש. ראָזענשטיין. (ער האָט אויך געשריבן רומקאָווסיס רעדעס, וועלכע ער האָט ליב געהאַט צו האַלטן ביי יעדער געלעגנהייט) כאָטש דאָס געטאָ האָט געהאט אױטאָנאָמיע (װוי עס האָט זיך געקאָנט דוכטן) האָט אָבער אלץ געמוזט דערלויבט און באשטימט ווערן פון האַנס ביבאָוון. אזוי אויך די צייטונג, פון וועלכער א גענויע דייטשע איבערזעצונג האָט מען נעמוזט צושטעלן דער געטאָ-פאַרװאַלטונג.

passage_c99ec0a963d3fb99f5f4c0a7