Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 9
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1100

ײ דיש לאַ דזש פארווארט דער געדאַנק, ארויסצוגעבן אַן אֿלמאַנאַך געווידמעט דער שטאָט לאָדזש איז אויפגעקומען אויף דער אַלגעמײנער פאַרזאַמלונג פון דער לאָדזישער לאַנדסמאַנשאַפט נאָך אין יאָר 1960. עס האָט אָבער געדויערט 7 יאָר, ביז דער ווונטש האָט אַנגענומען רעאלע פאָרמען. די דיסקוסיעס װועגן כאַראַקטער פון אַלמאַנאַך האָבן זיך פאַרצויגן. א סך צייט האָט פארשלונגען די קאָרעספּאַנדענץ מיט אויסלאנד, וועלכע האָט געהאט פאַר א ציל צו וושרבירן מיטאַרבעטער מחוץ אױסטראַליע. די קאָרעספּאַנדענין האָט נאָר טיילווייז געבראַכט פרוכטן. אזוי ארום, איז , יידיש לאָדזש" די שאַפונג פון לאָדזשער יידן אין מעלבורן. אין 1973 האָט די לאָדזשער לאַנדסמאַנשאַפט אָפּנעצײכנט איר 20-יאָריקע עקזים- טענץ. אין משך פון דער צייט האָט דער קאָמיטעט פון דער לאַנדסמאַנשאַפט זיך פאַרנומען מיט פארשידענע ענינים, װוי: אַראָפּברענגען אימיגראַנטן און הילף פאַר זיײי; קולטור-טעטיקייט; געלטזאַמלונגען פאַר ישראל און לאָקאַלץ אינסטיטוציעס. פאַר איינע פון זיינץ וויכטיקסטע אויפגאַבן האָט דער קאָמיטעט באַטראַכט דאָס אויפהאַלטן דעם קאַנטאַקט צווישן לאָדזשער; אויפהיטן דעם אַָנדענק פון יידישן לאָדזש, און באַערן אירע אומגעקומענע איינוווינער.

passage_d2184113bcfef14a78c9d8d0
Passage 2normalized OCR · source chars 1102-2079

דער אַלמאַנאַך ,יידיש לאָדזש" שטעלט מיט זיך פאָר איינעץ פון די פאָרמען, דורכצופירן די דאָזיקץ אויפגאבע. דאָס פּוילישע יידנטום איז געווען און איז אויך איצט שטאָליץ מיט זיין געשיכטע. לאָדזשע יידן זענען נישט ווייניקער שטאָלץ מיט זייער שטאָט, וועלכע איז, קעגן דעם ווילן פון גורל, אױסגעװואָקסן צו דער צווייט גרעסטער שטאָט אין פּױלן. אין שווערע באַדינגונגען איז לאָדזשער יידנטום געװאַקסן און זיך אַנטװיקלט, שאַפּנדיק א טייל פון דעם רייכן פּאַליטישן, געזעלשאַפּטלעכן און קולטורעלן לעבן פון די פּולישע יידן. אין , יידיש לאָדזש" קומען אריין אָריגינעלע ארבעטן און זכרונות, וועלכע האָבן א שייכות צום יידישן לעבן פאַרן קריג; לאָדזשער געטאַָ; און דאָס יידישע לעבן אין די נאָך מלחמה'דיקע פּוילישע באַדינגונגען. אין א באַזונדערן טייל פון בוך: ,יזכור" זענען פּאַרשריבן די נעמען פון די אומגעקומענע קרובים און פריינד --- װאָס לאָדזשער יידן, וועלכע וווינען אין מעלבורן --- ווילן אַזוי אַרום באַערן און פאַראײיביקן. ;יידיש לאָדזש" פּרעטענדירט נישט צו זיין דאָס יזכור-בוך פון לאָדזשער יידנטום.

passage_a6b438ca247c196af1116e3f
Passage 3normalized OCR · source chars 2081-2500

,יידיש לאָדזש" איז אַ באַשײידענער צושטייער פון די לאָדזשער, ווץלכע וװווינען אין מעלבורן. מיר פאַרגעדענקען אונדזער שטאָט, און באַערן אונדזערע נאָענטע, אומגעקומענע אין געטאָס און לאַגערן. אויב דער דאָזיקער ציל איז כאָטש טיילווייז רעאַליזירט, װעט די רעדאַקציע פון , יידיש לאָדזש" באַטראַכטן אַז איר אָנשטרענגונג, און די אַרבעט פון די מיט"י אַרבעטער, וועלכע באטײיליקן זיך אין בוך -- איז נישט געגאַנגען לאיבוד. די רעדאקציע

passage_ed401e6fc2d4a1f7471734ea