% מסרלוקאו קהילה׳ אוי ב איך געדענק ריכטיק׳ װאם די אלטע לײט פלעגן דערצײלן׳ האבן מיט דעם ענין זיך מטפל געװע ן נפתלי מאנדעלצװײג און ברוך פינקעלשטײן׳ אין פראנט פון שולהויף איז געװען א זון־זײגער׳ לויט װעלכן ײדן האבן געװוסט װען צו מאכן שבת. ארום דעם שולהויף איז געװען א פלויט מיט א גרויסן טויער. צום ארײנגאנג אין דער שול זענען געװען צװײ טירן׳ װאם זענען תמיד געװען אפן. נעבן אײנער פון זיי איז געשטאנען דאם טהרה־ברעט׳ װאם האט אנגעװארפן א פחד. נישט װײט פון דארט איז געװען דאם קלײנע׳ אבער זײער שײנע בית־מדרש׳ דארט פלעגט חברה־תהילים זאגן תהילים. א מא ל איז דארט אויך געװען די תלמוד־תורה. די שול איז אינעװײניק געװען זײער הױך און שײן געמאלט. די מאלערײען אויפן םוםיט — עקדת יצחק׳ די אבות און סתם מלאכים — האבן ארױסגערופֿן פארװונדערונג. אויף די װענט זענען געװען אנגעשריבן די ברכות צו עלית התורה׳ שיר המעלותן׳ דער ״מי שברך״ א״א. אין א זײט זענען געװען די קלײנע פענצטערלעך פון ״עזרת־נשים״.
א גאנצע װאך פלעגט מען כמעט נישט דאװענען אין שול. שבת אין דער פרי האבן דארט געדאװנט א צװײ מנינים. דארט האבן געדאװנט װײניק מענטשן׳ װײל יעדער האט געהאט זײן מנין אדער שטיבל. דאקעגן ימים־נוראים אדער פסח און סוכות־ שמחת־תורה״ צוליב להבדיל׳ דעם 3טן מאי׳ װען מ׳האט געמאכט א ״מי שברך״ דעם פרעזידענט אדער פילםוסדקין׳ איז די גרויסע שול געװען פול מיט מענטשן׳ קעגנאיבער דער שול איז געװען דאס גרויסע בית־מדרש׳ װאם איז געװארן געבויט נאך פאר דער שול. דאס דאזיקע ״אלטע בית־מדרש״׳ װי מען האט עס גערופן׳ האט אין פארשידענע צײטן געדינט אויף פארשידענע צװעקן. דארט האבן די מגידים געהאלטן זײערע דרשות׳ דארט זענען פארגעקומען די פארשידענע װאל־אסיפות׳ דארט האט זיך אפגעשפילט דער קאמף צװישן ״אגודה״ און ״מזרחי״ און דארט פלעגט אפרים מעזריטשער שבת נאך מיטאג לערנען א ביסל מיט די פראסטע ייִדן׳ יעדער ארעמאן׳ װאם האט נישט געהאט װו צו שלאפן׳ האט געפונען אן ארט אין בית־מדרש. אין בית־ מדרש פלעגן אויך אפזיצן גאנצע נעכט די ייִדישע בחורים׳ װאם האבן געדארפט שטײן צום מיליטער. אין דער צײט פון דער ערשטער וועלט־מלחמה האבן די פליטים פון די ארומיקע שטעטלעך זיך אײנגעארדנט אין בית־מדרש.
פון אײן זײט בית־מדרש איז געװען א הויכער פלויט׳ װאם האט פארשטעלט דעם בהמה־מארק. אין דער זײט פון שול און אלטן בית־מדרש איז געשטאנען דאם נײע בית־מדרש. דארט האט זיך געפונען ד- ־ישיבה. די טאנגעבער אין נײעם בית־ מדרש איז געװען די ״אגודה״ מיט ר׳ משה אהרן בראש. הינטער דער שול איז געװען די לוקאװער מקװה מיט דער באד. די אלע בנינים האבן געשאפן א מין שלום ארום דעם שולהויף.